אידיש
1
הערט מיר צו, איר אינדזלען, און פֿאַרנעמט, איר פֿעלקער פֿון דער װײַט: גאָט האָט מיך פֿון טראַכט גערופֿן, פֿון מײַן מוטערס לײַב האָט ער מײַן נאָמען דערמאָנט.
2
און ער האָט געמאַכט מײַן מױל װי אַ שאַרפֿע שװערד, אין שאָטן פֿון זײַן האַנט האָט ער מיך באַהאַלטן; און ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ בלאַנקער פֿײַל, אין זײַן פֿײַלבײַטל האָט ער מיך פֿאַרבאָרגן.
3
און ער האָט צו מיר געזאָגט: מײַן קנעכט ביסטו, ישׂראל, װאָס איך רים זיך מיט דיר. און איך האָב געװעסט געזאָגט: אומנישט האָב איך מיך געמיט,
4
אױף נישט און ניװעץ האָב איך מײַן כּוח פֿאַרלענדט; אָבער מײַן משפּט איז בײַ יהוה, און מײַן לױן בײַ מײַן גאָט.
5
און אַצונד האָט גאָט געזאָגט – דער װאָס האָט מיך געפֿורעמט פֿון טראַכטפֿאַר אַ קנעכט צו אים – אומצוקערן צו זיך יעקבֿ, און ישׂראל זאָל אײַנגעזאַמלט װערן צו אים; און איך בין געמאַכט אין די אױגן פֿון יהוה, און מײַן גאָט איז מײַן שטאַרקײט.
6
און ער האָט געזאָגט: קנאַפּ איז – װײַל דו ביסט מײַן קנעכט – אױפֿצוריכטן די שטאַמען פֿון יעקבֿ, און די צװײַגן פֿון ישׂראל אומצוקערן; נאָר איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ ליכט פֿון די פֿעלקער. אַז מײַן הילף זאָל זײַן ביז צום עק פֿון דער ערד.
7
אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער אױסלײזער פֿון ישׂראל, און זײַן הײליקער, צו דעם פֿאַראַכטן פֿון מענטשן, צו דעם פֿאַרומװערדיקטן פֿון פֿעלקער, צו דעם קנעכט פֿון געװעלטיקער: מלכים װעלן זען און װעלן אױפֿשטײן, שׂרָרות – און װעלן זיך בוקן, פֿון װעגן גאָט װאָס איז געטרײַ, דעם הײליקן פֿון ישׂראל װאָס האָט דיך אױסדערװײלט.
8
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אין צײַט פֿון באַװיליקונג טו איך דיר ענטפֿערן, און אין טאָג פֿון ישועה טו איך דיך העלפֿן; און איך װעל דיך היטן, און דיך מאַכןפֿאַר אַ בונד מיט די אומות, כּדי אױפֿצוריכטן דאָס לאַנד, צו מאַכן אַרבן נַחלות פֿאַרװיסטע;
9
צו זאָגן צו די געפֿאַנגענע: גײט אַרױס! צו די װאָס אין פֿינצטערניש: אַנטפּלעקט אײַך! בײַ די װעגן װעלן זײ זיך פֿיטערן, און אױף אַלע הױכע ערטער װעט זײַן זײער פֿיטערונג.
10
זײ װעלן ניט הונגערן און ניט דאָרשטן, און ניט פּלאָגן װעט זײ היץ און זון, װאָרום זײער דערבאַרימער װעט זײ באַלײטן, און בײַ קװאַלן װאַסער װעט ער זײ פֿירן.
11
און איך װעל מאַכן אַלע מײַנע בערג פֿאַר אַ װעג, און מײַנע שטעגן װעלן דערהײכט װערן.
12
זע, די װעלן קומען פֿון דער צײַט, און די-אָ װעלן קומען פֿון צפֿון און פֿון מערבֿ, און די, פֿון לאַנד סינים.
13
זינגט, איר הימלען, און פֿרײ זיך, דו ערד, און ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג, װאָרום גאָט האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק, און זײַנע אָרימע טוט ער דערבאַרימען.
14
און צִיון האָט געזאָגט: פֿאַרלאָזן האָט מיך יהוה, און גאָט האָט פֿאַרגעסן אָן מיר.
15
קען אַ פֿרױ פֿאַרגעסן איר ברוסטקינד, ניט צו דערבאַרימען דעם זון פֿון איר לײַב? אַפֿילו די דאָזיקע זאָלן פֿאַרגעסן, װעל איך אָן דיר ניט פֿאַרגעסן.
16
זע, אױף די האַנטפֿלעכן האָב איך דיך אױסגעקריצט, דײַנע מױערן זײַנען תּמיד פֿאַר מיר.
17
אײַליק קומען דײַנע קינדער; דײַנע צעשטערער און דײַנע פֿאַרװיסטערװעלן אַרױס פֿון דיר.
18
הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע: זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, און קומען צו דיר. אַזױ װי איך לעב, זאָגט גאָט, אַז זײ אַלע װעסטו װי אַ צירונג אָנטאָן, און װעסט זײ אָנקניפּן אַזױ װי אַ כּלה;
19
װאָרום דײַנע חורבֿות און דײַנע װיסטענישן, און דײַן לאַנד דאָס צעשטערטע – פֿאַר װאָר, װעסט אַצונד ענג זײַן פֿון װױנער, און דערװײַטערט װעלן זײַן דײַנע אומברענגער.
20
זאָגן װעלן נאָך אין דײַנע אױערןדײַנע אָנגעװאָרענע קינדער: ענג איז מיר דער אָרט, טרעט מיר אָפּ, איך זאָל קענען װױנען.
21
און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: װער האָט מיר די דאָזיקע געבאָרן? איך בין געװען אָן קינדער און עלנד, פֿאַרטריבן און פֿאַרװאָגעלט; און די דאָזיקע װער האָט אױפֿגעצױגן? זע, איך בין דאָך געבליבן אַלײן, די דאָזיקע װוּ זײַנען געװען?
22
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: זע, איך װעל אױפֿהײבן צו די פֿעלקער מײַן האַנט, און צו די אומות װעל איך אױפֿשטעלן מײַן פֿאָן, און זײ װעלן ברענגען דײַנע זין אין בוזעם, און דײַנע טעכטער װעלן אױפֿן אַקסל געטראָגן װערן.
23
און מלכים װעלן זײַן דײַנע דערציִער, און זײער שׂרָרותטעס דײַנע אַמען; מיטן פּנים צו דער ערד װעלן זײ זיך בוקן צו דיר, און דעם שטױב פֿון דײַנע פֿיס װעלן זײ לעקן; און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה, װאָס ניט פֿאַרשעמט װערן די װאָס האָפֿן צו מיר.
24
װערט אַװעקגענומען פֿון דעם גִבור דער רױב, צי װערט דער פֿאַנג פֿון דעם זיגער אַנטרונען?
25
פֿאַר װאָר, אַזױ זאָגט יהוה: אַפֿילו דער פֿאַנג פֿון דעם גִבור זאָל אַװעקגענומען װערן, און דער רױב פֿון דעם שטאַרקן זאָל אַנטרונען װערן, אָבער מיט דײַנע קריגער װעל איך קריגן, און דײַנע קינדער װעל איך העלפֿן.
26
און איך װעל מאַכן עסן דײַנע דריקער זײער פֿלײש, און װי טרױבנזאַפֿט װעלן זײ זײער בלוט שיכּורן; און אַלע לײַבער װעלן װיסן אַז איך יהוה בין דײַן העלפֿער, און דײַן אױסלײזער איז דער מאַכטיקער פֿון יעקבֿ.