אידיש
1
הערט דאָס צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, די װאָס װערן גערופֿן מיטן נאָמען ישׂראל, און פֿון קװאַל פֿון יהוּדה זײַנען זײ אַרױס; װאָס שװערן בײַם נאָמען יהוה, און דעם גאָט פֿון ישׂראל דערמאָנען זײ – ניט מיט אמת, און ניט מיט גערעכטיקײט.
2
װאָרום אױף דער הײליקער שטאָט רופֿן זײ זיך, און אױף דעם גאָט פֿון ישׂראל לענען זײ זיך, װאָס יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען.
3
דאָס פֿריִערדיקע האָב איך פֿון אַ מאָל אָנגעזאָגט, און פֿון מױל איז עס אַרױס, און איך האָב עס געלאָזט הערן; פּלוצים האָב איך געטאָן, און עס איז געשען.
4
װײַל איך האָב געװוּסט אַז האַרט ביסטו, און אַן אײַזערנער אָדער איז דײַן נאַקן, און דײַן שטערן איז קופּער;
5
דרום האָב איך דיר אָנגעזאָגט פֿון אַ מאָל, אײדער עס איז געקומען, האָב איך דיך געלאָזט הערן; כּדי זאָלסט ניט זאָגן: מײַן געץ האָט עס געטאָן, און מײַן געשניצט און מײַן געגאָסן בילד האָט עס באַפֿױלן.
6
האָסט געהערט, זע, אַל דאָס דאָזיקע, און איר װעט עס דאָך צוגעבן; איך האָב דיך געלאָזט הערן נײַסן אַצונד, און פֿאַרבאָרגנס װאָס דו האָסט ניט געװוּסט.
7
אַצונד איז עס באַשאַפֿן געװאָרן, און ניט פֿון אַ מאָל, און אַ טאָג פֿריִער האָסטו פֿון דעם ניט געהערט; כּדי זאָלסט ניט זאָגן: זע, איך האָב עס געװוּסט.
8
ניט צו מאָל געהערט האָסטו, ניט צו מאָל געװוּסט האָסטו, ניט צו מאָל געעפֿנט האָט זיך דײַן אױער פֿון אַ מאָל; װאָרום איך האָב געװוּסט אַז פֿעלשן װעסטו פֿעלשן, און פֿאַרברעכער פֿון מוטערלײַב האָט מען דיך גערופֿן.
9
פֿון מײַן נאָמען װעגן װעל איך אײַנהאַלטן מײַן צאָרן, פֿון מײַן לױב װעגן װעל איך מיך צאַמען קעגן דיר, כּדי דיך ניט צו פֿאַרשנײַדן.
10
זע, איך האָב דיך געלײַטערט, אָבער ניט װי זילבער, איך האָב דיך געפּרוּװט אין שמעלצאױװן פֿון פּײַן.
11
פֿון מײַנעט װעגן, פֿון מײַנעט װעגן װעל איך טאָן; װאָרום װי זאָל מײַן נאָמען פֿאַרשװעכט װערן? און מײַן כּבֿוד װעל איך קײן אַנדערן ניט געבן.
12
הער מיר צו, יעקבֿ, און ישׂראל מײַן גערופֿענער: איך בין דאָס; איך בין דער ערשטער, איך בין אױך דער לעצטער.
13
יאָ, מײַן האַנט האָט געגרונטפֿעסט די ערד, און מײַן רעכטע האָט אױסגעשפּרײט די הימלען; איך רוף צו זײ, שטעלן זײ זיך אױף אין אײנעם.
14
זאַמלט אײַך אײַן, איר אַלע, און הערט: װער צװישן זײ האָט פֿאַרױסגעזאָגט דאָס דאָזיקע? דער װאָס גאָט האָט אים ליב, װעט טאָן זײַן באַגער אין בָבֿל, און זײַן אָרעם װעט זײַן אױף די כַּשׂדים.
15
איך, איך האָב גערעדט, און האָב אים גערופֿן, אים געבראַכט, און ער װעט באַגליקן אױף זײַן װעג.
16
גענענט צו מיר, הערט דאָס צו: פֿון אָנהײב אָן האָב איך ניט אין פֿאַרבאָרגעניש גערעדט, פֿון זינט עס געשעט בין איך דערבײַ; און אַצונד האָט גאָט דער האַר מיך געשיקט מיט זײַן גײַסט.
17
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דײַן אױסלײזער, דער הײליקער פֿון ישׂראל. איך, יהוה דײַן גאָט, לערן דיך צו נוץ, פֿיר דיך אױף דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן.
18
הלװאי װאָלסטו פֿאַרנומען מײַנע געבאָט, װאָלט געװען װי אַ טײַך דײַן פֿרײד, און דײַן הילף װי די אינדן פֿון ים;
19
און געװען װי זאַמד װאָלט דײַן זאָמען, און די שפּראָצן פֿון דײַן לײַב װי זײַנע קערנער; ניט פֿאַרשניטן און ניט פֿאַרטיליקטװאָלט װערן זײַן נאָמען פֿון פֿאַר מיר.
20
גײט אַרױס פֿון בָבֿל, אַנטלױפֿט פֿון די כַּשׂדים, מיט אַ קָול פֿון געזאַנג; זאָגט אָן, מאַכט דאָס הערן, טראָגט עס פֿאַנאַנדערביז צום עק פֿון דער ערד; זאָגט: גאָט האָט אױסגעלײזטיעקבֿ זײַן קנעכט.
21
און זײ האָבן ניט געדאָרשטװען ער האָט זײ דורך װיסטענישן געפֿירט; װאַסער פֿון פֿעלדזהאָט ער געמאַכט רינען פֿאַר זײ; יאָ, אַ פֿעלדז האָט ער געשפּאָלטן, און װאַסער האָט געפֿלאָסן.
22
ניטאָ קײן שלום, זאָגט גאָט, פֿאַר די רשָעים.