Yiddish
Hebrew
אידיש
1 נידער אַראָפּ און זיץ אין שטױביונגפֿרױ טאָכטער בָבֿל; זיץ אױף דער ערד אָן אַ טראָן, טאָכטער פֿון כַּשׂדים; װאָרום מער װעט מען דיך ניט רופֿןאײדעלע און פֿאַרצערטלטע. 2 נעם אַ זשאָרנע, און מאָל מעל; דעק אָפּ דײַן שלײער, הײב אױף די שלעפּ, אַנטפּלעק די היפֿט, גײ טײַכן אַריבער. 3 אָפּגעדעקט װעט װערן דײַן נאַקעטקײט, אױך געזען װערן װעט דײַן שאַנד; נקמה װעל איך נעמען, און ניט לאָזן אַ מענטשן זיך אָפּבעטן. 4 אונדזער אױסלײזער – יהוה פֿון צבֿאות איז זײַן נאָמען, דער הײליקער פֿון ישׂראל. 5 זיץ שטיל, און גײ אַרײַן אין פֿינצטערניש, טאָכטער פֿון כַּשׂדים, װאָרום מער װעט מען דיך ניט רופֿןהאַרינטע פֿון קיניגרײַכן. 6 איך האָב געצערנט אױף מײַן פֿאָלק, איך האָב פֿאַרשװעכט מײַן אַרב, און זײ געגעבן אין דײַן האַנט; האָסטו זײ קײן רַחמָנות ניט געשענקט, אױף אַ זקן האָסטו באַשװערט דײַן יאָך ביז גאָר. 7 און האָסט געזאָגט: אױף אײביק װעל איך אַ האַרינטע זײַן; אַזױ אַז דו האָסט דאָס ניט גענומען צום האַרצן, ניט געדאַכט אָן דעם סָוף דערפֿון. 8 און אַצונד הער דאָס צו, דו װױלטאָגערין, – װאָס זיצט אין זיכערקײט, װאָס זאָגט אין איר האַרצן: איך, און חוץ מיר איז ניטאָ מער. איך װעל ניט זיצן אַן אלמנה, און ניט װיסן פֿון בלײַבן אָן קינדער: 9 אָבער די דאָזיקע בײדע װעלן קומען אױף דיראין אַ רגע אין אײן טאָג: בלײַבן אָן קינדער און אלמנהשאַפֿט; אין זײער פֿולער מאָס קומען זײ אױף דיר, בײַ אַל דײַנע פֿיל כּישופֿן, בײַ אַל דער גרױס שטאַרקײט פֿון דײַנע שפּרוכן. 10 און ביסט געװען זיכער אין דײַן שלעכטיקײט, האָסט געזאָגט: קײנער זעט מיך ניט; דײַן חכמה און דײַן קענשאַפֿט, זי האָט דיך פֿאַרפֿירט; און האָסט געזאָגט אין דײַן האַרצן: איך, און חוץ מיר איז ניטאָ מער. 11 אָבער קומען װעט אױף דיר אַ בײזװאָס דו װעסט ניט װיסן װי עס אָפּצושפּרעכן, און אָנפֿאַלן װעט אױף דיר אַ בראָךװאָס דו װעסט אים ניט קענען אָפּטאָן, און קומען װעט אױף דיר פּלוצלינג אַ פֿאַרװיסטונג, אַז דו װעסט גאָר ניט מערקן. 12 שטײ אַקאָרשט אױף מיט דײַנע שפּרוכן, און מיט דײַנע פֿיל כּישופֿן, אױף װאָס דו האָסט זיך געמיט פֿון דײַן יוגנט אָן; אפֿשר װעסטו קענען נוצן, אפֿשר װעסטו אָנשרעקן. 13 ביסט מיד פֿון דײַנע פֿיל עצות; זאָלן די הימלקוקער, די שטערנזעער, די פֿאַרױסזאָגער פֿון די חדשים, אַקאָרשט אױפֿשטײן און דיך העלפֿןפֿון די װאָס װעלן קומען אױף דיר. 14 זע, זײ װערן אַזױ װי שטרױ, אַ פֿײַער טוט זײ פֿאַרברענען, זײ װעלן זיך אַלײן ניט מציל זײַןפֿון דער מאַכט פֿון דער פֿלאַם; ניט אַ קױל זיך צו װאַרעמען װעט עס זײַן – אַ פֿײַער צו זיצן פֿאַר אים. 15 אַזױ װערן צו דירדי װאָס דו האָסט זיך געמיט אום זײ; די װאָס האָבן געהאַנדלט מיט דיר פֿון דײַן יוגנט אָן, װאַנדערן איטלעכער אין זײַן זײַט, קײנער העלפֿט דיך ניט.
עברית
1 רְדִ֣י וּשְׁבִ֣י עַל־עָפָ֗ר בְּתוּלַת֙ בַּת־בָּבֶ֔ל שְׁבִי־לָאָ֥רֶץ אֵין־כִּסֵּ֖א בַּת־כַּשְׂדִּ֑ים כִּ֣י לֹ֤א תוֹסִ֙יפִי֙ יִקְרְאוּ־לָ֔ךְ רַכָּ֖ה וַעֲנֻגָּֽה׃ 2 קְחִ֥י רֵחַ֖יִם וְטַ֣חֲנִי קָ֑מַח גַּלִּ֨י צַמָּתֵ֧ךְ חֶשְׂפִּי־שֹׁ֛בֶל גַּלִּי־שׁ֖וֹק עִבְרִ֥י נְהָרֽוֹת׃ 3 תִּגָּל֙ עֶרְוָתֵ֔ךְ גַּ֥ם תֵּרָאֶ֖ה חֶרְפָּתֵ֑ךְ נָקָ֣ם אֶקָּ֔ח וְלֹ֥א אֶפְגַּ֖ע אָדָֽם׃   ס 4 גֹּאֲלֵ֕נוּ יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת שְׁמ֑וֹ קְד֖וֹשׁ יִשְׂרָאֵֽל׃ 5 שְׁבִ֥י דוּמָ֛ם וּבֹ֥אִי בַחֹ֖שֶׁךְ בַּת־כַּשְׂדִּ֑ים כִּ֣י לֹ֤א תוֹסִ֙יפִי֙ יִקְרְאוּ־לָ֔ךְ גְּבֶ֖רֶת מַמְלָכֽוֹת׃ 6 קָצַ֣פְתִּי עַל־עַמִּ֗י חִלַּ֙לְתִּי֙ נַחֲלָתִ֔י וָאֶתְּנֵ֖ם בְּיָדֵ֑ךְ לֹא־שַׂ֤מְתְּ לָהֶם֙ רַחֲמִ֔ים עַל־זָקֵ֕ן הִכְבַּ֥דְתְּ עֻלֵּ֖ךְ מְאֹֽד׃ 7 וַתֹּ֣אמְרִ֔י לְעוֹלָ֖ם אֶהְיֶ֣ה גְבָ֑רֶת עַ֣ד לֹא־שַׂ֥מְתְּ אֵ֙לֶּה֙ עַל־לִבֵּ֔ךְ לֹ֥א זָכַ֖רְתְּ אַחֲרִיתָֽהּ׃   ס 8 וְעַתָּ֞ה שִׁמְעִי־זֹ֤את עֲדִינָה֙ הַיּוֹשֶׁ֣בֶת לָבֶ֔טַח הָאֹֽמְרָה֙ בִּלְבָ֔בָהּ אֲנִ֖י וְאַפְסִ֣י ע֑וֹד לֹ֤א אֵשֵׁב֙ אַלְמָנָ֔ה וְלֹ֥א אֵדַ֖ע שְׁכֽוֹל׃ 9 וְתָבֹאנָה֩ לָּ֨ךְ שְׁתֵּי־אֵ֥לֶּה רֶ֛גַע בְּי֥וֹם אֶחָ֖ד שְׁכ֣וֹל וְאַלְמֹ֑ן כְּתֻמָּם֙ בָּ֣אוּ עָלַ֔יִךְ בְּרֹ֣ב כְּשָׁפַ֔יִךְ בְּעָצְמַ֥ת חֲבָרַ֖יִךְ מְאֹֽד׃ 10 וַתִּבְטְחִ֣י בְרָעָתֵ֗ךְ אָמַרְתְּ֙ אֵ֣ין רֹאָ֔נִי חָכְמָתֵ֥ךְ וְדַעְתֵּ֖ךְ הִ֣יא שׁוֹבְבָ֑תֶךְ וַתֹּאמְרִ֣י בְלִבֵּ֔ךְ אֲנִ֖י וְאַפְסִ֥י עֽוֹד׃ 11 וּבָ֧א עָלַ֣יִךְ רָעָ֗ה לֹ֤א תֵדְעִי֙ שַׁחְרָ֔הּ וְתִפֹּ֤ל עָלַ֙יִךְ֙ הֹוָ֔ה לֹ֥א תוּכְלִ֖י כַּפְּרָ֑הּ וְתָבֹ֨א עָלַ֧יִךְ פִּתְאֹ֛ם שׁוֹאָ֖ה לֹ֥א תֵדָֽעִי׃ 12 עִמְדִי־נָ֤א בַחֲבָרַ֙יִךְ֙ וּבְרֹ֣ב כְּשָׁפַ֔יִךְ בַּאֲשֶׁ֥ר יָגַ֖עַתְּ מִנְּעוּרָ֑יִךְ אוּלַ֛י תּוּכְלִ֥י הוֹעִ֖יל אוּלַ֥י תַּעֲרֽוֹצִי׃ 13 נִלְאֵ֖ית בְּרֹ֣ב עֲצָתָ֑יִךְ יַעַמְדוּ־נָ֨א וְיוֹשִׁיעֻ֜ךְ הברו שָׁמַ֗יִם הַֽחֹזִים֙ בַּכּ֣וֹכָבִ֔ים מֽוֹדִיעִם֙ לֶחֳדָשִׁ֔ים מֵאֲשֶׁ֥ר יָבֹ֖אוּ עָלָֽיִךְ׃ 14 הִנֵּ֨ה הָי֤וּ כְקַשׁ֙ אֵ֣שׁ שְׂרָפָ֔תַם לֹֽא־יַצִּ֥ילוּ אֶת־נַפְשָׁ֖ם מִיַּ֣ד לֶֽהָבָ֑ה אֵין־גַּחֶ֣לֶת לַחְמָ֔ם א֖וּר לָשֶׁ֥בֶת נֶגְדּֽוֹ׃ 15 כֵּ֥ן הָיוּ־לָ֖ךְ אֲשֶׁ֣ר יָגָ֑עַתְּ סֹחֲרַ֣יִךְ מִנְּעוּרַ֗יִךְ אִ֤ישׁ לְעֶבְרוֹ֙ תָּע֔וּ אֵ֖ין מוֹשִׁיעֵֽךְ׃   ס