אידיש
1
און אַצונד, הער, יעקבֿ מײַן קנעכט, און ישׂראל, װעמען איך האָב אױסדערװײלט;
2
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דײַן באַשאַפֿער, און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב, װאָס העלפֿט דיך: זאָלסט ניט מורא האָבן, מײַן קנעכט יעקבֿ, און ישוּרון, װעמען איך האָב אױסדערװײלט.
3
װאָרום איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד, און פֿלוסן אױף טריקעניש; איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען, און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן.
4
און זײ װעלן שפּראָצן װי צװישן גראָז, װי װערבעס בײַ בעכן װאַסער.
5
דער װעט זאָגן: איך געהער צו יהוה; און דער װעט זיך רופֿן מיטן נאָמען פֿון יעקבֿ, און דער װעט אױפֿשברײַבן אױף זײַן האַנט ״צו יהוה״, און מיטן נאָמען ישׂראל זיך טיטלען.
6
אַזױ האָט געזאָגט יהוה, דער קיניג פֿון ישׂראל, און זײַן אױסלײזער, יהוה פֿון צבֿאות: איך בין דער ערשטער, און איך בין דער לעצטער, און חוץ מיר איז ניטאָ קײן גאָט.
7
און װער װי איך קען פֿאַרױסרופֿן – זאָל ער עס זאָגן און אױסלײגן פֿאַר מיר – פֿון זינט איך האָב באַשאַפֿן דאָס עלטסטע פֿאָלק? און דאָס קומעדיקע און װאָס װעט געשעןזאָלן זײ דערצײלן.
8
איר זאָלט ניט אַנגסטן און ניט פֿאָרכטן; פֿאַר װאָר, פֿון לאַנג אָןהאָב איך דיך געלאָזט הערן און דערצײלט, און איר זײַט מײַנע עדות. איז דען דאָ אַ גאָט אחוץ מיר, אַז ניטאָ אַ באַשיץ איך זאָל ניט װיסן?
9
די פֿורעמער פֿון אַ געץ זײַנען נישטיק אַלע, און זײערע גלוסטיקע בילדער נוצן ניט; און זײ אַלײן זײַנען זײערע עדות, אַז זײ הערן ניט און װײסן ניט; דרום װעלן זײ פֿאַרשעמט װערן.
10
װער פֿורעמט עס אַ גאָט, און גיסט אױס אַ געץ װאָס נוצט ניט!
11
זע, אַלע באַהעפֿטע אין אים װעלן זיך שעמען, און די מײַנסטערס– זײ מער פֿון אַלע מענטשן; זאָלן זײ אַלע זיך אײַנזאַמלען, זיך שעמען, אין אײנעם.
12
דער אײַזנשמיד [מאַכט] אַ האַק, און אַרבעט אױף קױלן, און מיט האַמערס טוט ער זי פֿורעמען, און אַרבעט זי אױס מיט זײַן שטאַרקן אָרעם; אױך װערט ער הונגעריק, און איז אָן כּוח, ער טרינקט ניט קײן װאַסער, און װערט פֿאַרשמאַכט.
13
דער האָלצמײַנסטער ציט אױס אַ שנור; ער צײכנט עס מיט אַ שטיפֿט, ער מאַכט עס מיט הובלען צורעכט, און מיט אַ צירקל צײכנט ער עס אַרום, און ער מאַכט עס לױט דער געשטאַלט פֿון אַ מאַן, לױט דער שײנקײט פֿון אַ מענטשן, אױף צו װױנען אין אַ הױז.
14
ער האַקט זיך אױס צעדערן, און נעמט אַ האַרטדעמב אָדער אַן אײַכנבױם, און װײלט זיך אױס צװישן די בײמער פֿון װאַלד; ער פֿלאַנצט אַ פֿיכטבױם, און דער רעגן מאַכט װאַקסן.
15
און עס איז פֿאַר דעם מענטשן אױף צו ברענען; און ער נעמט דערפֿון, און װאַרעמט זיך, אױך הײצט ער, און באַקט ברױט; דערצו מאַכט ער אַ גאָט און בוקט זיך; מאַכט עס צום געץ, און קניט דערצו.
16
טײל דערפֿון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער, אױף טײל דערפֿון עסט ער פֿלײש – בראָט בראָטן און זעטיקט זיך, אױך װאַרעמט ער זיך, און זאָגט: אַה! מיר איז װאַרעם, איך שפּיר דאָס פֿײַער;
17
און דעם איבערבלײַב דערפֿוןמאַכט ער פֿאַר אַ גאָט – פֿאַר זײַן געץ; קניט צו אים און בוקט זיך און טוט תּפֿילה צו אים, און זאָגט: ראַטעװע מיך, װאָרום מײַן גאָט ביסטו.
18
זײ װײסן ניט, און זײ פֿאַרשטײען ניט, װאָרום פֿאַרקלעפּט פֿון צו זען זײַנען זײערע אױגן, פֿון צו פֿאַרשטײן – זײערע הערצער.
19
און קײנער איבערלײגט ניט אין זײַן האַרצן, און ניטאָ קײן דערקענונג און קײן שׂכל צו זאָגן: טײל דערפֿון האָב איך פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אױך געבאַקט אױף זײַנע קױלן ברױט, געבראָטן פֿלײש און געגעסן; און דעם רעשט דערפֿוןזאָל איך פֿאַר אַן אומװערדיקײט מאַכן? צו אַ שײַט האָלץ זאָל איך קניִען?
20
ער יאָגט זיך נאָך אַש, אַ פֿאַרנאַרט האַרץ האָט אים אַראָפּגעפֿירט, און ער איז ניט מציל זײַן נפֿש, און זאָגט ניט: פֿאַר װאָר, ליגן איז אין מײַן רעכטער האַנט.
21
געדענק דאָס דאָזיקע, יעקבֿ, און ישׂראל, אַז מײַן קנעכט ביסטו; איך האָבן דיך געפֿורעמט, אַ קנעכט ביסטו מיר; ישׂראל, זאָלסט מיך ניט פֿאַרגעסן.
22
איך האָב אָפּגעמעקט װי אַ כמאַרע דײַנע פֿאַרברעכן, און װי אַ װאָלקן דײַנע זינד; קער זיך אום צו מיר, װאָרום איך האָב דיך אױסגעלײזט.
23
זינגט איר הימלען, װאָרום גאָט האָט אױפֿגעטאָן; שאַלט, איר טיפֿענישן פֿון דער ערד, ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג, דער װאַלד און יעטװעדער בױם אין אים; װאָרום גאָט האָט אױסגעלײזט יעקבֿ, און מיט ישׂראל טוט ער זיך רימען.
24
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דײַן אױסלײזער, און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב: איך בין יהוה װאָס האָב אַלץ דינג געמאַכט, װאָס האָב אױסגעצױגן די הימלען אַלײן, װאָס האָב אױסגעשפּרײט די ערד פֿון מיר זעלבערט;
25
װאָס פֿאַרשטערט די צײכנס פֿון די ליגנערס, און די װאָרזאָגער מאַכט ער צעדולט; װאָס קערט די חכמים אַהינטער, און זײער שׂכל באַנאַרישט ער;
26
װאָס איז מקיים דאָס װאָרט פֿון זײַן קנעכט, און דעם באַראָט פֿון זײַנע שלוחים פֿירט ער אױס; װאָס זאָגט אױף ירושלים: זײ זאָל באַזעצט װערן; און אױף די שטעט פֿון יהוּדה: זײ זאָלן אָפּגעבױט װערן, און אירע חורבֿות װעל איך אױפֿריכטן;
27
װאָס זאָגט צו דער טיפֿעניש: װער טרוקן, און דײַנע טײַכן װעל איך אױסטריקענען;
28
װאָס זאָגט אױף כּוֹרֶשן: ער איז מײַן פּאַסטוך, און אַל מײַן באַגער װעט ער אױספֿירן, צו זאָגן אױף ירושָלַיִם: זי זאָל געבױט װערן, און צום טעמפּל: זאָלסט געגרונטפֿעסט װערן.