אידיש
1
און אַצונד האָט אַזױ געזאָגט גאָט דײַן בורא, יעקבֿ, און דײַן באַשעפֿער, ישׂראל; זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום איך לײז דיך אױס, איך רוף דיך בײַם נאָמען, מײַנער ביסטו.
2
אַז דו װעסט גײן דורך װאַסער, בין איך מיט דיר, און אַז דורך טײַכן, װעלן זײ דיך ניט פֿאַרפֿלײצן; און דו װעסט גײן דורך פֿײַער, װעסטו ניט אָנגעברענט װערן, און קײן פֿלאַם װעט דיך ניט אָנצינדן.
3
װאָרום איך בין יהוה דײַן גאָט, דער הײליקער פֿון ישׂראל, דײַן העלפֿער; איך גיב מצרַיִם פֿאַר דײַן אױסלײז, כּוּש און סבֿא אָנשטאָט דיר.
4
װײַל טײַער ביסטו אין מײַנע אױגן, געאַכט, און איך האָב דיך ליב; דרום גיב איך מענטשן אָנשטאָט דיר, און פֿעלקער אָנשטאָט דײַן לעבן.
5
זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום איך בין מיט דיר; פֿון מזרח װעל איך ברענגען דײַן זאָמען, און פֿון מערבֿ װעל איך דיך אײַנזאַמלען;
6
איך װעל זאָגן צו צפֿון: גיב אַהער! און צו דָרום: זאָלסט ניט צוריקהאַלטן! ברענג מײַנע זין פֿון דער װײַט, און מײַנע טעכטער פֿון עק ערד;
7
איטלעכן װאָס װערט גערופֿן מיט מײַן נאָמען, און װאָס איך האָב אים פֿאַר מײַן כּבֿוד באַשאַפֿן, אים געפֿורעמט און אים געמאַכט.
8
ציט אַרױס דאָס פֿאָלק װאָס איז בלינד, און האָט אױגן, און די װאָס זײַנען טױב, און האָבן אױערן.
9
אַלע פֿעלקער זאָלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און לאָזן זיך אױפֿקלײַבן די אומות; װער צװישן זײ קען דאָס זאָגן, און פֿאַרױסגעזענס אונדז לאָזן הערן? זאָלן זײ ברענגען זײערע עדות, און גערעכט זײַן, און זאָל מען הערן און זאָגן: עס איז אמת.
10
איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט גאָט, און מײַן קנעכט װאָס איך האָב אױסדערװײלט, כּדי איר זאָלט װיסן, און גלױבן אין מיר, און פֿאַרשטײן אַז איך בין דאָס; פֿאַר מיר איז ניט געשאַפֿן געװאָרן קײן גאָט, און נאָך מיר װעט ניט זײַן.
11
איך, איך בין יהוה, און חוץ מיר איז קײן העלפֿער ניטאָ.
12
איך האָב אָנגעזאָגט און געהאָלפֿן, און איך האָב געמאַכט הערן, און ניט אַ פֿרעמדער איז געװען צװישן אײַך; און איר זײַט מײַנע עדות, זאָגט יהוה, אַז איך בין גאָט.
13
אױך הײַנט בין איך דער אײגענער, און ניטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון מײַן האַנט; איך טו, און װער קען עס אָפּהאַלטן?
14
אַזױ האָט געזאָגט אײַער אױסלײזער, דער הײליקער פֿון ישׂראל: פֿון אײַערט װעגן שיק איך קײן בָבֿל, און װעל זײ אַלע מאַכן נידערן אַנטלאָפֿענע, און די כַּשׂדים – אין זײערע לוסטיקע שיפֿן.
15
איך בין יהוה, אײַער הײליקער, דער באַשעפֿער פֿון ישׂראל, אײַער קיניג.
16
אַזױ האָט גאָט געזאָגט, דער װאָס האָט געגעבן דורכן ים אַ װעג, און דורך מאַכטיקע װאַסערן אַ שטעג;
17
װאָס האָט געלאָזט אַרױסציִען רײַטװעגן און פֿערד, חיל און שטאַרקײט, זײ זאָלן ליגן אין אײנעם, זײ זאָלן ניט אױפֿשטײן – זײ האָבן געצאַנקט, זײ האָבן װי אַ קנױט זיך אױסגעלאָשן:
18
איר זאָלט ניט דערמאָנען דאָס פֿריִערדיקע, און דאָס אַמאָליקע זאָלט איר ניט באַרטראַכטן.
19
אָט טו איך אַ נײַס; אַצונד שפּראָצט עס; דערקענט איר עס ניט? יאָ, איך װעל מאַכן אין מדבר אַ װעג, אין דער װיסטעניש טײַכן.
20
ערלעכן װעט מיך די חיה פֿון פֿעלד, שאַקאַלן און שטרױספֿױגלען, װײַל איך גיב אין מדבר װאַסער, טײַכן אין דער װיסטעניש, אָנצוטרינקען מײַן פֿאָלק, מײַן אױסדערװײלטס;
21
דאָס פֿאָלק װאָס איך האָב מיר באַשאַפֿן, זײ זאָלן דערצײלן מײַן לױב.
22
און מיך האָסטו ניט גערופֿן, יעקבֿ, אַז דו זאָלסט זײַן מיד פֿון מיר, ישׂראל;
23
האָסט מיר ניט געבראַכט דאָס לאַם פֿון דײַנע בראַנדאָפּפֿער, און מיט דײַנע שלאַכטאָפּפֿער האָסטו מיך ניט געערלעכט; איך האָב דיך ניט באַשװערט מיט שפּײַזאָפּפֿער, און דיך ניט מיד געמאַכט מיט װײַרױך.
24
האָסט מיר ניט געקױפֿט פֿאַר געלט געװירצראָר, און מיט פֿעטס פֿון דײַנע שלאַכטאָפּפֿער מיך ניט געזעט; נײַערט האָסט מיך באַשװערט מיט דײַנע חטאים, מיך מיד געמאַכט מיט דײַנע זינד.
25
איך, איך בין דער װאָס מעק אױס דײַנע פֿאַרברעכן פֿון מײַנעט װעגן, און דײַנע חטאים װעל איך ניט דערמאָנען.
26
דערמאָן מיר, לאָמיר זיך משפּטן מיט אַנאַנדער, דערצײל דו, כּדי זאָלסט גערעכט זײַן.
27
דײַן ערשטער פֿאָטער האָט געזינדיקט, און דײַנע פֿירשפּרעכער האָבן געבראָכן אָן מיר.
28
דרום האָב איך פֿאַרשװעכט די האַרן פֿון הײליקטום, און געגעבן צו פֿאַרװיסטונג יעקבֿ, און ישׂראל צו לעסטערונג.