אידיש
1
שװײַגט פֿאַר מיר, איר אינדזלען, און זאָלן די פֿעלדער באַנײַען דעם כּוח; זאָלן זײ זיך נענטערן, דענצמאָל זאָלן זײ רעדן; באַנאַנד לאָמיר צום משפּט גענענען.
2
װער האָט דערװעקט פֿון מזרחדעם װאָס זיג באַגעגנט אױף זײַן טריט?ער גיט די פֿעלקער פֿאַר אים, און מאַכט אים געװעלטיקן איבער מלכים; װי שטױב מאַכט זײ זײַן שװערד, װי געטריבענעם שטרױ זײַן בױגן.
3
ער יאָגט זײ נאָך, ער גײט בשלום אַריבעראַ װעג װאָס ער האָט מיט זײַנע פֿיס ניט באַטרעטן.
4
װער האָט דאָס געמאַכט און געטאָן? דער װאָס רופֿט אױס די דורות פֿון אָנהײב. איך יהוה בין דער ערשטער, און מיט די לעצטע בין איך דער אײגענער.
5
די אינדזלען האָבן געזען, און האָבן מורא, די עקן פֿון דער ערד טוען ציטערן; זײ האָבן גענענט און זײַנען געקומען.
6
אײנער העלפֿט דעם אַנדערן, און ער זאָגט צו זײַן ברודער: זײַ שטאַרק;
7
און דער טישלער שטאַרקט דעם שמעלצער, דער װאָס גלעט מיטן האַמער, דעם װאָס קלאַפּט אױפֿן אַמבאָס; ער זאָגט אױפֿן צונױפֿלײט: ער איז גוט; און באַפֿעסטיקט עס מיט נעגל, עס זאָל זיך ניט װאַקלען.
8
און דו ישׂראל מײַן קנעכט, יעקבֿ, װאָס איך האָב דיך אױסדערװײלט, דער זאָמען פֿון אבֿרהם מײַן ליבהאָבער,
9
װאָס איך האָב דיך אָנגענומען פֿון די עקן ערד, און פֿון אירע ברעגן דיך גערופֿן, און געזאָגט צו דיר: מײַן קנעכט ביסטו, איך האָב דיך אױסדערװײלט און דיך ניט פֿאַראַכט;
10
זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום איך בין מיט דיר, זאָלסט זיך ניט אומקוקן, װאָרום איך בין דײַן גאָט; איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך, און איך לען דיך אונטערמיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
11
זע, פֿאַרשעמט און צו שאַנד װעלן װערןאַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף דיר; װי נישט װעלן װערן און אונטערגײןדי מענטשן אין קריג מיט דיר;
12
װעסט זײ זוכן און זײ ניט געפֿינען, די מענטשן אין שטרײַט מיט דיר; װי נישט און װי גאָרנישט װעלן װערןדי מענטשן אין מלחמה מיט דיר.
13
װאָרום איך בין יהוה דײַן גאָטװאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט, דער װאָס זאָגט צו דיר: זאָלסט ניט מורא האָבן, איך העלף דיך.
14
זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרעם יעקבֿ, הײפֿעלע ישׂראל; איך העלף דיך, זאָגט גאָט, און דײַן אױסלײזער איז דער הײליקער פֿון ישׂראל.
15
זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ דרעששליטן אַ נײַעם, מיט שפּיצן אַ סך;
16
װעסט דרעשן בערג און צעמאָלן, – און הײכן װעסטו װי שפּרײ מאַכן. װעסט זײ װינטשופֿלען, און אַ װינט װעט זײ אַװעקטראָגן, און אַ שטורעם װעט זײ צעשפּרײטן; און דו װעסט זיך פֿרײען מיט גאָט, מיט דעם הײליקן פֿון ישׂראל װעסטו זיך רימען.
17
די אָרימע און באַדערפֿטיקע זוכן װאַסער און ניטאָ, זײער צונג איז פֿאַרטריקנט פֿון דאָרשט; איך, יהוה, װעל זײ ענטפֿערן, איך, גאָט פֿון ישׂראל, װעל זײ ניט פֿאַרלאָזן.
18
איך װעל עפֿענען שטראָמען אױף הױכע ערטער, און קװאַלן אין מיטן פֿון טאָלן; איך װעל מאַכן דעם מדבר פֿאַר אַ געמױזעכץ װאַסער, און טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
19
איך װעל געבן אין מדבר צעדער, אַקאַציע, און מירט, און אײלבױם; איך װעל אײַנזעצן אין דער װיסטע ציפּרעס, טענענבױם און בוקסנבױם אין אײנעם;
20
כּדי זײ זאָלן זען און װיסן, און באַטראַכטן און פֿאַרשטײן צוגלײַך, אַז די האַנט פֿון גאָט האָט דאָס געטאָן, און דער הײליקער פֿון ישׂראל האָט עס געשאַפֿן.
21
ברענגט אַהער אײַער קריג, זאָגט גאָט, גענענט אײַערע טענות, זאָגט דער קיניג פֿון יעקבֿ.
22
זאָלן זײ גענענען און אונדז זאָגןדי זאַכן װאָס געשעען; די פֿריִערדיקע – װאָס זײַנען זײ? זאָגט, כּדי מיר זאָלן צולײגן אונדזער האַרץ, און דערקענען זײער אױסלאָזן; אָדער די קומעדיקע לאָזט אונדז הערן.
23
דערצײלט אונדז װאָס װעט קומען שפּעטער, און מיר װעלן װיסן אַז איר זײַט געטער; יאָ, טוט גוטס אָדער טוט שלעכטס, און מיר װעלן זיך אומקוקן און זען צוגלײַך.
24
זעט, איר זײַט פֿון נישט, און אײַער װערק פֿון גאָרנישט; אומװערדיק איז דער װאָס טוט אײַך אױסװײלן.
25
איך האָב דערװעקט פֿון צפֿון, און ער איז געקומען, פֿון זונאױפֿגאַנג דעם װאָס רופֿט מײַן נאָמען; און ער גײט אױף פֿירשטן װי אױף קױט, און װי אַ טעפּער טרעט לײם.
26
װער האָט אָנגעזאָגט פֿון אָנהײב, אַז מיר זאָלן װיסן, און פֿון פֿריִער, אַז מיר זאָלן זאָגן: ער איז גערעכט? קײנער צו מאָל האָט ניט אָנגעזאָגט, קײנער צו מאָל האָט ניט געלאָזט הערן, קײנער צו מאָל האָט ניט געהערט אײַערע װערטער.
27
אַן ערשטער [װעט קומען] קײן צִיון: זע, אָן זײַנען זײ! און ירושלים װעל איך געבן אַן אָנזאָגער.
28
אָבער איך קוק, און קײנער איז ניטאָ, און פֿון די דאָזיקע איז ניטאָ קײן יועץ, װאָס איך זאָל זײ פֿרעגן, און זײ זאָלן ענטפֿערן אַ װאָרט.
29
זע, זײ אַלע זײַנען גאָרנישט, נישטיק זײַנען זײערע װערק, װינט און װיסטקײט זײערע געצן.