Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און זיבן װײַבער װעלן אָנהאַלטן אײן מאַן אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן: אונדזער ברױט װעלן מיר עסן, און אונדזער קלײד װעלן מיר אָנטאָן, נאָר דײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אױף אונדז; טו אָפּ אונדזער שאַנד. 2 אין יענעם טאָג װעט די שפּראָצונג פֿון גאָט זײַן פֿאַר אַ שײנקײט און פֿאַר אַ כּבֿוד, און די פֿרוכט פֿון לאַנד פֿאַר אַ שטאָלץ און פֿאַר אַ צירונג, פֿאַר די אַנטרונענע פֿון ישׂראל. 3 און עס װעט זײַן, דער װאָס איז געבליבן אין צִיון, און דער װאָס האָט זיך אָפּגעשטעלט אין ירושלים, װעט ״הײליקער״ געזאָגט װערן צו אים – איטלעכער װאָס איז פֿאַרשריבן צום לעבן אין ירושלים; 4 װען גאָט האָט אָפּגעװאַשן דעם קױט פֿון די טעכטער פֿון צִיון, און דאָס בלוט פֿון ירושלים שװענקט ער אָפּ פֿון איר מיט, מיט אַ װינט פֿון גערעכטיקײט, און מיט אַ װינט פֿון פֿאַרטיליקונג. 5 און גאָט װעט באַשאַפֿן אױפֿן גאַנצן פּלאַץ פֿון באַרג צִיון, און אױף אירע זאַמלערטער, אַ װאָלקן און רױך בײַ טאָג, און אַ שײַן פֿון פֿלאַמפֿײַער בײַ נאַכט; װאָרום, איבער אַל דער פּראַכטיקײט װעט זײַן אַ חופּה. 6 און אַן איבערדעק װעט זײַןפֿאַר אַ שאָטן פֿון היץ בײַ טאָג, און פֿאַר אַ באַשיצונג און פֿאַר אַ פֿאַרבאָרגענישפֿון גוס און פֿון רעגן.
עברית
1 וְהֶחֱזִיקוּ֩ שֶׁ֨בַע נָשִׁ֜ים בְּאִ֣ישׁ אֶחָ֗ד בַּיּ֤וֹם הַהוּא֙ לֵאמֹ֔ר לַחְמֵ֣נוּ נֹאכֵ֔ל וְשִׂמְלָתֵ֖נוּ נִלְבָּ֑שׁ רַ֗ק יִקָּרֵ֤א שִׁמְךָ֙ עָלֵ֔ינוּ אֱסֹ֖ף חֶרְפָּתֵֽנוּ׃   ס 2 בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא יִֽהְיֶה֙ צֶ֣מַח יְהוָ֔ה לִצְבִ֖י וּלְכָב֑וֹד וּפְרִ֤י הָאָ֙רֶץ֙ לְגָא֣וֹן וּלְתִפְאֶ֔רֶת לִפְלֵיטַ֖ת יִשְׂרָאֵֽל׃ 3 וְהָיָ֣ה הַנִּשְׁאָ֣ר בְּצִיּ֗וֹן וְהַנּוֹתָר֙ בִּיר֣וּשָׁלִַ֔ם קָד֖וֹשׁ יֵאָ֣מֶר ל֑וֹ כָּל־הַכָּת֥וּב לַחַיִּ֖ים בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 4 אִ֣ם רָחַ֣ץ אֲדֹנָ֗י אֵ֚ת צֹאַ֣ת בְּנוֹת־צִיּ֔וֹן וְאֶת־דְּמֵ֥י יְרוּשָׁלַ֖͏ִם יָדִ֣יחַ מִקִּרְבָּ֑הּ בְּר֥וּחַ מִשְׁפָּ֖ט וּבְר֥וּחַ בָּעֵֽר׃ 5 וּבָרָ֣א יְהוָ֡ה עַל֩ כָּל־מְכ֨וֹן הַר־צִיּ֜וֹן וְעַל־מִקְרָאֶ֗הָ עָנָ֤ן יוֹמָם֙ וְעָשָׁ֔ן וְנֹ֛גַהּ אֵ֥שׁ לֶהָבָ֖ה לָ֑יְלָה כִּ֥י עַל־כָּל־כָּב֖וֹד חֻפָּֽה׃ 6 וְסֻכָּ֛ה תִּהְיֶ֥ה לְצֵל־יוֹמָ֖ם מֵחֹ֑רֶב וּלְמַחְסֶה֙ וּלְמִסְתּ֔וֹר מִזֶּ֖רֶם וּמִמָּטָֽר׃   פ