Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אין יענער צײַט האָט מרודַך-באַלְאַדָן דער זון פֿון באַלְאַדָנען, דער מלך פֿון בָבֿל, געשיקט אַ בריװ און אַ מתּנה צו חִזקִיָהון; װאָרום ער האָט געהערט אַז ער איז געװען קראַנק, און איז געזונט געװאָרן. 2 האָט חִזקִיָהו זיך דערפֿרײט מיט זײ, און ער האָט זײ געװיזן זײַן שאַצהױז, דאָס זילבער, און דאָס גאָלד, און די בשׂמים, און דאָס גוטע אײל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַנע װאָפֿן, און אַלץ װאָס האָט זיך געפֿונען אין זײַנע שאַצקאַמערן; ניט געװען אַ זאַך אין זײַן הױז, און אין זײַן גאַנצער געװעלטיקײט, װאָס חִזקִיָהו האָט זײ ניט געװיזן. 3 איז ישַעיָהו הנבֿיא געקומען צום מלך חִזקִיָהון, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָבן די דאָזיקע מענער געזאָגט? און פֿון װאַנען קומען זײ צו דיר? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען זײ צו מיר געקומען, פֿון בָבֿל. 4 האָט ער געזאָגט: װאָס האָבן זײ געזען אין דײַן הױז? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: אַלץ װאָס אין מײַן הױז האָבן זײ געזען; ניט געװען אַ זאַך אין מײַנע שאַצקאַמערן װאָס איך האָב זײ ניט געװיזן. 5 האָט ישַעיָהו געזאָגט צו חִזקִיָהון: הער דאָס װאָרט פֿון גאָט פֿון צבֿאות: 6 זע, טעג קומען, און אַלץ װאָס אין דײַן הױז, און װאָס דײַנע עלטערן האָבן אָנגעקליבן ביז הײַנטיקן טאָג, װעט אַװעקגעטראָגן װערן קײן בָבֿל; קײן זאַך װעט ניט איבערבלײַבן, זאָגט גאָט. 7 און פֿון דײַנע זין װאָס װעלן אַרױסגײן פֿון דיר, װאָס דו װעסט געבערן, װעט מען נעמען, און זײ װעלן זײַן הױפֿדינער אין פּאַלאַץ פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל. 8 האָט חִזקִיָהו געזאָגט צו ישַעיָהון: גוט איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס דו האָסט גערעדט. און ער האָט געזאָגט: אױב שלום און זיכערקײט װעט זײַן אין מײַנע טעג!
עברית
1 בָּעֵ֣ת הַהִ֡וא שָׁלַ֡ח מְרֹדַ֣ךְ בַּ֠לְאֲדָן בֶּֽן־בַּלְאֲדָ֧ן מֶֽלֶךְ־בָּבֶ֛ל סְפָרִ֥ים וּמִנְחָ֖ה אֶל־חִזְקִיָּ֑הוּ וַיִּשְׁמַ֕ע כִּ֥י חָלָ֖ה וֽ͏ַיֶּחֱזָֽק׃ 2 וַיִּשְׂמַ֣ח עֲלֵיהֶם֮ חִזְקִיָּהוּ֒ וַיַּרְאֵ֣ם אֶת־בֵּ֣ית נכתה אֶת־הַכֶּסֶף֩ וְאֶת־הַזָּהָ֨ב וְאֶת־הַבְּשָׂמִ֜ים וְאֵ֣ת הַשֶּׁ֣מֶן הַטּ֗וֹב וְאֵת֙ כָּל־בֵּ֣ית כֵּלָ֔יו וְאֵ֛ת כָּל־אֲשֶׁ֥ר נִמְצָ֖א בְּאֹֽצְרֹתָ֑יו לֹֽא־הָיָ֣ה דָבָ֗ר אֲ֠שֶׁר לֹֽא־הֶרְאָ֧ם חִזְקִיָּ֛הוּ בְּבֵית֖וֹ וּבְכָל־מֶמְשַׁלְתּֽוֹ׃ 3 וַיָּבֹא֙ יְשַׁעְיָ֣הוּ הַנָּבִ֔יא אֶל־הַמֶּ֖לֶךְ חִזְקִיָּ֑הוּ וַיֹּ֨אמֶר אֵלָ֜יו מָ֥ה אָמְר֣וּ הָאֲנָשִׁ֣ים הָאֵ֗לֶּה וּמֵאַ֙יִן֙ יָבֹ֣אוּ אֵלֶ֔יךָ וַיֹּ֙אמֶר֙ חִזְקִיָּ֔הוּ מֵאֶ֧רֶץ רְחוֹקָ֛ה בָּ֥אוּ אֵלַ֖י מִבָּבֶֽל׃ 4 וַיֹּ֕אמֶר מָ֥ה רָא֖וּ בְּבֵיתֶ֑ךָ וַיֹּ֣אמֶר חִזְקִיָּ֗הוּ אֵ֣ת כָּל־אֲשֶׁ֤ר בְּבֵיתִי֙ רָא֔וּ לֹֽא־הָיָ֥ה דָבָ֛ר אֲשֶׁ֥ר לֹֽא־הִרְאִיתִ֖ים בְּאוֹצְרֹתָֽי׃ 5 וַיֹּ֥אמֶר יְשַׁעְיָ֖הוּ אֶל־חִזְקִיָּ֑הוּ שְׁמַ֖ע דְּבַר־יְהוָ֥ה צְבָאֽוֹת׃ 6 הִנֵּה֮ יָמִ֣ים בָּאִים֒ וְנִשָּׂ֣א כָּל־אֲשֶׁ֣ר בְּבֵיתֶ֗ךָ וַאֲשֶׁ֨ר אָצְר֧וּ אֲבֹתֶ֛יךָ עַד־הַיּ֥וֹם הַזֶּ֖ה בָּבֶ֑ל לֹֽא־יִוָּתֵ֥ר דָּבָ֖ר אָמַ֥ר יְהוָֽה׃ 7 וּמִבָּנֶ֜יךָ אֲשֶׁ֨ר יֵצְא֧וּ מִמְּךָ֛ אֲשֶׁ֥ר תּוֹלִ֖יד יִקָּ֑חוּ וְהָיוּ֙ סָרִיסִ֔ים בְּהֵיכַ֖ל מֶ֥לֶךְ בָּבֶֽל׃ 8 וַיֹּ֤אמֶר חִזְקִיָּ֙הוּ֙ אֶֽל־יְשַׁעְיָ֔הוּ ט֥וֹב דְּבַר־יְהוָ֖ה אֲשֶׁ֣ר דִּבַּ֑רְתָּ וַיֹּ֕אמֶר כִּ֥י יִהְיֶ֛ה שָׁל֥וֹם וֶאֱמֶ֖ת בְּיָמָֽי׃   פ