אידיש
1
אין יענער צײַט איז חִזקִיָהו קראַנק געװאָרן צו שטאַרבן; איז צו אים געקומען ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: מאַך דײַן צַװָאֶה װעגן דײַן הױזגעזינט, װאָרום דו שטאַרבסט, און װעסט ניט גענעזן װערן.
2
האָט חִזקִיָהו אומגעדרײט זײַן פּנים צו דער װאַנט, און האָט מתפּלל געװען צו גאָט,
3
און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, גאָט, געדענק װי איך בין געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט אַ גאַנצן האַרצן, און װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן. און חִזקִיָהו האָט געװײנט אַ גרױס געװײן.
4
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו ישַעיָהון, אַזױ צו זאָגן:
5
גײ און זאָלסט זאָגן צו חִזקִיָהון: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון דײַן פֿאָטער דוד: איך האָב געהערט דײַן תּפֿילה, איך האָב געזען דײַן טרער; זע, איך לײג-צו צו דײַנע טעג פֿופֿצן יאָר.
6
און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור װעל איך דיך און די דאָזיקע שטאָט מציל זײַן, און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט.
7
און דאָס װעט דיר זײַן אַ צײכן פֿון גאָט, אַז גאָט װעט טאָן די דאָזיקע זאַך װאָס ער האָט גערעדט:
8
זע, איך קער אום דעם שאָטן פֿון די שטאַפּלען װאָס האָט אַראָפּגענידערט אױף די זונשטאַפּלען פֿון אָחָזן, צוריק צען שטאַפּלען. און די זון האָט זיך אומגעקערט צען שטאַפּלען, אױף די שטאַפּלען װאָס זי האָט אַראָפּגענידערט.
9
אַ געשריפֿטס פֿון חִזקִיָהו דעם מלך פֿון יהוּדה, װען ער איז קראַנק געװען, און איז גענעזן געװאָרן פֿון זײַן קראַנקשאַפֿט.
10
איך האָב געװעסט געזאָגט: אין מיטן פֿון מײַנע טעג װעל איך אַװעקגײןאין די טױערן פֿון אונטערערד; איך װער געמינערט דעם רעשט פֿון מײַנע יאָרן.
11
איך האָב געזאָגט: איך װעל ניט זען גאָט, גאָט אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע; איך װעל מער אַ מענטשן ניט אָנקוקןמיט די באַװױנער פֿון דער װעלט.
12
מײַן װױנונג איז אַװעקגערוקט און אָפּגעטאָן פֿון מיר, אַזױ װי אַ פּאַסטוכגעצעלט; איך האָב אױפֿגעװיקלט װי אַ װעבער מײַן לעבן; פֿון דער צױט װעט ער מיך אָפּרײַסן; פֿון טאָג ביז נאַכט װעסטו מיך ענדיקן.
13
איך האָב געטראַכט: ביז פֿרימאָרגן, װי אַ לײב, אַזױ װעט ער אַלע מײַנע בײנער צעברעכן; פֿון טאָג ביז נאַכט װעסטו מיך ענדיקן.
14
װי אַ שװאַלב, װי אַ בושל, אַזױ האָב איך געפּיפּסט, איך האָב געברומט װי אַ טױב; מײַנע אױגן זײַנען אױסגעגאַנגען צו דער הײך: גאָט, געדריקט בין איך, שטעל זיך אײַן פֿאַר מיר.
15
װאָס זאָל איך רעדן? אַז ער האָט מיר געזאָגט, און ער האָט געטאָן; זאַכט װעל איך גײן אַלע מײַנע יאָרן, איבער דער ביטערניש פֿון מײַן זעל.
16
גאָט, דערױף לעבט מען, און אין גאַנצן דערין איז דאָס לעבן פֿון מײַן גײַסט; דרום שטאַרק מיך, און לאָז מיך לעבן.
17
זע, צום גוטן איז מיר פֿאַרביטן געװאָרן די ביטערניש, און דו האָסט געגלוסט מײַן זעל, פֿון דער גרוב פֿון אונטערגאַנג; װאָרום האָסט אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקןאַלע מײַנע זינד.
18
װאָרום ניט די אונטערערד טוט דיך לױבן, ניט דער טױט טוט דיך רימען; עס האָפֿן ניט אױף דײַן אמתדי װאָס נידערן אין גרוב.
19
דער לעבעדיקער, דער לעבעדיקער, ער טוט דיך לױבן, אַזױ װי איך הײַנט; אַ פֿאָטער מאַכט װיסן די קינדער דײַן אמת.
20
גאָט איז דאָ מיך צו העלפֿן; און מײַנע געזאַנגען װעלן מיר זינגען, אַלע טעג פֿון אונדזער לעבן אין הױז פֿון גאָט.
21
און ישַעיָהו האָט געזאָגט: זאָל מען נעמען געפּרעסטע פֿײַגן, און אָנרײַבן אױף דעם אױסשלאָג, און ער װעט גענעזן װערן.
22
האָט חִזקִיָהו געזאָגט: װאָס איז דער צײכן אַז איך װעל אַרױפֿגײן אין הױז פֿון גאָט?