אידיש
1
לוסטיק זײַן װעלן דער מדבר און די טריקעניש, און פֿרײען װעט זיך די װיסטע, און בליִען װי אַ רױז.
2
בליִען װעט זי בליִען, און זיך פֿרײען, יאָ, מיט פֿרײד און געזאַנג; די פּראַכט פֿון לבֿנון איז איר געגעבן, די שײנקײט פֿון כַּרמל און שָרון; זײ װעלן זען די פּראַכט פֿון יהוה, די שײנקײט פֿון אונדזער גאָט.
3
שטאַרקט די שלאַפֿע הענט, און די שטרױכלדיקע קני טוט פֿעסטיקן.
4
זאָגט צו די אומרויִקע הערצער: זײַט שטאַרק, האָט ניט מורא; אָט איז אײַער גאָט, ער װעט קומען מיט נקמה, מיט פֿאַרגעלטונג פֿון גאָטװעט ער קומען און אײַך העלפֿן.
5
דענצמאָל װעלן אױפֿגעמאַכט װערן די אױגן פֿון בלינדע, און די אױערן פֿון טױבע װעלן געעפֿנט װערן.
6
דענצמאָל װעט אַ הינקעדיקער שפּרינגען װי אַ הינד, און די צונג פֿון אַ שטומען װעט זינגען; װאָרום אין מדבר ברעכן אױס װאַסערן, און בעכן אין דער װיסטע.
7
און דאָס הײסע געזעמד װעט װערן צום געמױזעכץ, און אַ דאָרשטעניש צו קװאַלן װאַסער; אין װױנאָרט פֿון שאַקאַלן װעט זײַן אַ הױערונג פֿון שאָף, אַ געהעפֿט פֿאַר ראָר און יאַמש.
8
און דאָרט װעט זײַן אַ שטעג און אַ װעג, און דער הײליקער װעג װעט מען אים רופֿן; ניט דורכגײן װעט אים אַן אומרײנער, נײַערט פֿאַר זײ װעט ער זײַן; װעגגײער אַפֿילו אומגעניטע װעלן ניט בלאָנדזשען.
9
דאָרט װעט ניט זײַן קײן לײב, און קײן װילדע חיה װעט ניט אַרױפֿגײן אױף אים – זײ װעלן זיך דאָרט ניט געפֿינען. און די אױסגעלײזטע װעלן גײן,
10
און די דערלײזטע פֿון גאָט װעלן צוריקקערן, און װעלן קומען קײן צִיון מיט געזאַנג, און אַן אײביקע שִׂמחה װעט זײַן אױף זײער קאָפּ; שָׂשׂון-וּשִׂמחה װעט זײ אָניאָגן, און אַנטלױפֿן װעלן טרױער און זיפֿצעניש.