אידיש
1
זע, מיט רעכטפֿאַרטיקײט װעט קיניגן דער קיניג, און האַרן – זײ װעלן הערשן מיט גערעכטיקײט.
2
און איטלעכער װעט זײַן װי אַ באַהעלטעניש פֿון װינט, און אַ פֿאַרבאָרגעניש פֿון גוסרעגן; װי אַ בעכן װאַסער אין אַ טריקעניש, װי דער שאָטן פֿון אַ שװערן פֿעלדז אין אַ פֿאַרשמאַכטן לאַנד.
3
און ניט פֿאַרקלעפּט זײַן װעלן די אױגן פֿון די זעער, און די אױערן פֿון די הערער װעלן פֿאַרנעמען.
4
און דאָס האַרץ פֿון די איבעראײַלטע װעט פֿאַרשטײן צו װיסן, און די צונג פֿון די שטאַמלער װעט רעדן געלױפֿיק קלאָר.
5
און דעם געמײנעם װעט מען ניט רופֿן מער אַדלמאַן, און אױפֿן גײציקן װעט מען ניט זאָגן מער נַדבֿן.
6
װאָרום דער געמײנער רעדט געמײן, און זײַן האַרץ אַרבעט אומרעכט, צו טאָן פֿאַלשקײט, און צו רעדן װעגן גאָט מיט גענאַר; צו לאָזן לײדיק דעם לײַב פֿון דעם הונגעריקן, און דעם טראַנק פֿון דעם דאָרשטיקן צו מינערן.
7
און דער גײציקער, זײַנע געצײַג זײַנען שלעכט, בײזע מחשבֿות באַראָט ער, אומצוברענגען דעם אָרימאַן מיט רײד פֿון ליגן, אַפֿילו װען דער אבֿיון טענהט גערעכט.
8
אָבער דער אַדלמאַן באַראָט אַדלקײט, און אױף אַדלקײט װעט ער באַשטײן.
9
איר רויִקע װײַבער, שטײט אױף, הערט מײַן קָול; איר זיכערע טעכטער, פֿאַרנעמט מײַן זאָג.
10
טעג און יאָרן װעט איר ציטערן, איר זיכערע, װאָרום די לעז איז פֿאַרלענדט, קײן אײַנזאַמלונג װעט ניט קומען.
11
שױדערט, איר רויִקע, ציטערט, איר זיכערע; טוט אײַך אױס און אַנטבלױזט אײַך, און גורט זאַק אױף די לענדן,
12
אױף די בריסט זיך שלאָגנדיק, איבער די גלוסטיקע פֿעלדער, איבערן פֿרוכטיקן װײַנשטאָק;
13
איבער דער ערד פֿון מײַן פֿאָלק, פֿאַרװאַקסן מיט דערנער און װילדגעװעקס; יאָ, איבער אַלע הײַזער פֿון לוסטיקײט, איבערן פֿרײלעכן כּרך.
14
װאָרום דער פּאַלאַץ איז פֿאַרלאָזט, דער טומל פֿון שטאָט האָט אױפֿגעהערט; דער ערדװאַל און דער טורעםזײַנען פֿאַר הײלן אױף אײביק, אַ פֿרײד פֿאַר װאַלדאײזלען, אַ פֿיטערונג פֿאַר סטאַדעס.
15
ביז אױסגעגאָסן װעט װערן אױף אונדזאַ גײַסט פֿון דער הײך, און דער מדבר װעט װערן אַ פֿרוכטגאָרטן, און דער פֿרוכטגאָרטן װעט פֿאַר אַ װאַלד גערעכנט װערן.
16
און אין מדבר װעט רוען גערעכטיקײט, און רעכטפֿאַרטיקײט װעט װױנען אין פֿרוכטגאָרטן.
17
און דאָס װערק פֿון רעכטפֿאַרטיקײט װעט זײַן שלום, און דער אױפֿטו פֿון רעכטפֿאַרטיקײט – רו און זיכערקײט אױף אײביק.
18
און מײַן פֿאָלק װעט זיצן אין אַ װױנונג פֿון שלום, און אין װױנערטער זיכערע, און אין רוּונגען שטילע.
19
און מע װעט זיך צעשפּרײטן אױף דעם אַראָפּגאַנגפֿון װאַלד, און ביז אין דער נידערונג װעט נידערן די שטאָט.
20
װױל צו אײַך װאָס זײט בײַ אַלע װאַסערן, װאָס לאָזט אַרױס פֿרײַ דעם פֿוס פֿון דעם אָקס און דעם אײזל.