Yiddish
Hebrew
אידיש
1 װײ, די װאָס נידערן קײן מצרַיִם נאָך הילף, און אױף פֿערד פֿאַרלאָזן זײ זיך; און זײ פֿאַרזיכערן זיך אױף רײַטװעגן, װײַל זײ זײַנען פֿיל, און אױף רײַטער, װײַל זײ זײַנען מאַכטיק זײער; און זײ קערן זיך ניט צו דעם הײליקן פֿון ישׂראל, און גאָט טוען זײ ניט זוכן! 2 אָבער פֿאַר װאָר, ער איז קלוג, און ער ברענגט דאָס בײז, און זײַנע װערטער טוט ער ניט אָפּ. און ער װעט אױפֿשטײן קעגן הױז פֿון די שלעכטסטוער, און קעגן דער הילף פֿון די װאָס װערקן אומרעכט. 3 און די מִצרים זײַנען מענטשן, און ניט גאָט, און זײערע פֿערד זײַנען פֿלײש, און ניט גײַסט; און גאָט װעט אױסשטרעקן זײַן האַנט, און שטרױכלען װעט דער העלפֿער, און פֿאַלן װעט דער געהאָלפֿענער, און אַלע אין אײנעם װעלן זײ פֿאַרלענדט װערן. 4 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט צו מיר: אַזױ װי דער לײב און דער יונגלײב ברומט איבער זײַן רױב, הגם אַ פֿולע פּאַסטוכער זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום אים; פֿאַר זײער קָול דערשרעקט ער זיך ניט, און פֿאַר זײער ליאַרעם בײגט ער זיך ניט; אַזױ װעט גאָט פֿון צבֿאות נידערן, צו האַלטן מלחמה אױפֿן באַרג פֿון צִיוןאון אױף איר הױכן אָרט. 5 װי פֿױגלען פֿלאַטערנדיק, אַזױ װעט גאָט פֿון צבֿאות באַשירעמען ירושלים, באַשירעמען און מציל זײַן, פֿאַרשױנען און ראַטעװען. 6 קערט אײַך אום צו װעמען איר האָט טיף װידערשפּעניקט, קינדער פֿון ישׂראל. 7 פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג װעלן זײ פֿאַראַכטןאיטלעכער זײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד, װאָס אײַערע הענט האָבן אײַך געמאַכט צו זינד. 8 און אשור װעט פֿאַלן דורך דער שװערד פֿון ניט אַ מאַן, און די שװערד פֿון ניט אַ מענטשן װעט אים פֿאַרצערן; און ער װעט אַנטלױפֿן פֿאַרן שװערד, און זײַנע יונגע לײַט װעלן צו צינדז װערן. 9 און זײַן פֿעלדז װעט פֿון מורא פֿאַרגײן, און אַנגסטן פֿאַר דער פֿאָן װעלן זײַנע האַרן, זאָגט גאָט, װאָס זײַן פֿײַער איז אין צִיון, און זײַן אױװן אין ירושלים.
עברית
1 ה֣וֹי הַיֹּרְדִ֤ים מִצְרַ֙יִם֙ לְעֶזְרָ֔ה עַל־סוּסִ֖ים יִשָּׁעֵ֑נוּ וַיִּבְטְח֨וּ עַל־רֶ֜כֶב כִּ֣י רָ֗ב וְעַ֤ל פָּֽרָשִׁים֙ כִּֽי־עָצְמ֣וּ מְאֹ֔ד וְלֹ֤א שָׁעוּ֙ עַל־קְד֣וֹשׁ יִשְׂרָאֵ֔ל וְאֶת־יְהוָ֖ה לֹ֥א דָרָֽשׁוּ׃ 2 וְגַם־ה֤וּא חָכָם֙ וַיָּ֣בֵא רָ֔ע וְאֶת־דְּבָרָ֖יו לֹ֣א הֵסִ֑יר וְקָם֙ עַל־בֵּ֣ית מְרֵעִ֔ים וְעַל־עֶזְרַ֖ת פֹּ֥עֲלֵי אָֽוֶן׃ 3 וּמִצְרַ֤יִם אָדָם֙ וְֽלֹא־אֵ֔ל וְסוּסֵיהֶ֥ם בָּשָׂ֖ר וְלֹא־ר֑וּחַ וַֽיהוָ֞ה יַטֶּ֣ה יָד֗וֹ וְכָשַׁ֤ל עוֹזֵר֙ וְנָפַ֣ל עָזֻ֔ר וְיַחְדָּ֖ו כֻּלָּ֥ם יִכְלָיֽוּן׃   ס 4 כִּ֣י כֹ֣ה אָֽמַר־יְהוָ֣ה אֵלַ֡י כַּאֲשֶׁ֣ר יֶהְגֶּה֩ הָאַרְיֵ֨ה וְהַכְּפִ֜יר עַל־טַרְפּ֗וֹ אֲשֶׁ֨ר יִקָּרֵ֤א עָלָיו֙ מְלֹ֣א רֹעִ֔ים מִקּוֹלָם֙ לֹ֣א יֵחָ֔ת וּמֵֽהֲמוֹנָ֖ם לֹ֣א יַֽעֲנֶ֑ה כֵּ֗ן יֵרֵד֙ יְהוָ֣ה צְבָא֔וֹת לִצְבֹּ֥א עַל־הַר־צִיּ֖וֹן וְעַל־גִּבְעָתָֽהּ׃ 5 כְּצִפֳּרִ֣ים עָפ֔וֹת כֵּ֗ן יָגֵ֛ן יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת עַל־יְרֽוּשָׁלָ֑͏ִם גָּנ֥וֹן וְהִצִּ֖יל פָּסֹ֥חַ וְהִמְלִֽיט׃ 6 שׁ֗וּבוּ לַאֲשֶׁ֛ר הֶעְמִ֥יקוּ סָרָ֖ה בְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 7 כִּ֚י בַּיּ֣וֹם הַה֔וּא יִמְאָס֗וּן אִ֚ישׁ אֱלִילֵ֣י כַסְפּ֔וֹ וֶאֱלִילֵ֖י זְהָב֑וֹ אֲשֶׁ֨ר עָשׂ֥וּ לָכֶ֛ם יְדֵיכֶ֖ם חֵֽטְא׃ 8 וְנָפַ֤ל אַשּׁוּר֙ בְּחֶ֣רֶב לֹא־אִ֔ישׁ וְחֶ֥רֶב לֹֽא־אָדָ֖ם תֹּֽאכֲלֶ֑נּוּ וְנָ֥ס לוֹ֙ מִפְּנֵי־חֶ֔רֶב וּבַחוּרָ֖יו לָמַ֥ס יִהְיֽוּ׃ 9 וְסַלְעוֹ֙ מִמָּג֣וֹר יַֽעֲב֔וֹר וְחַתּ֥וּ מִנֵּ֖ס שָׂרָ֑יו נְאֻם־יְהוָ֗ה אֲשֶׁר־א֥וּר לוֹ֙ בְּצִיּ֔וֹן וְתַנּ֥וּר ל֖וֹ בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃   ס