אידיש
1
אין יענעם טאָג װעט געזונגען װערןדאָס דאָזיקע געזאַנג אין לאַנד יהוּדה: אַ שטאַרקע שטאָט האָבן מיר; מױערן און פֿעסטונגען מאַכט ער פֿאַר הילף.
2
עפֿנט די טױערן, און זאָל אַרײַנגײן דאָס גערעכטע פֿאָלק, װאָס היט אָפּ געטרײַשאַפֿט.
3
דאָס געמיט װאָס פֿאַרלאָזט זיךבאַהיטסטו אין שלום; אין שלום, װײַל עס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.
4
פֿאַרזיכערט אײַך אױף יהוה ביז אײביק, װאָרום אין יָה יהוה איז אַן אײביקער פֿעלדז.
5
װאָרום ער האָט געבײגט די װאָס זיצן אין דער הײך, די דערהױבענע שטאָט; ער דערנידערט זי, ער דערנידערט זי ביז דער ערד, ער ברענגט זי ביזן שטױב.
6
דער פֿוס װעט זי צעטרעטן, די פֿיס פֿון דעם אָרימען, די טריט פֿון באַדערפֿטיקע.
7
דער װעג פֿון גערעכטן איז גלײַך; דו רעכטפֿאַרטיקער, מאַכסט גלאַט דעם שטעג פֿון גערעכטן;
8
יאָ, אױף דעם װעג פֿון דײַנע משפּטיםהאָבן מיר געהאָפֿט אױף דיר, גאָט; צו דײַן נאָמען און צו דײַן געדעכענישאיז די גלוסטונג פֿון דער זעל.
9
מיט מײַן זעל האָב איך דיך געגלוסט בײַ נאַכט, יאָ, מיט מײַן גײַסט אין מיר האָב איך דיך געזוכט, װאָרום אַז דײַנע משפּטים זײַנען אױף דער ערד, לערנען גערעכטיקײט די באַװױנער פֿון דער װעלט.
10
װערט דער רָשע געלײַטזעליקט, לערנט ער ניט גערעכטיקײט; אין לאַנד פֿון ערלעכקײט טוט ער אומרעכט, און ער זעט ניט די גרױסקײט פֿון גאָט.
11
גאָט, אױפֿגעהױבן איז דײַן האַנט, אָבער זײ זעען ניט; זאָלן זײ זען און זיך שעמעןדײַן אָננעמען זיך פֿאַרן פֿאָלק; יאָ, אַ פֿײַער זאָל דײַנע פֿײַנט פֿאַרצערן.
12
גאָט, באַשער אונדז שלום, װאָרום אױך אַלע אונדזערע אױפֿטועןהאָסט דו אױסגעפֿירט פֿאַר אונדז.
13
יהוה אונדזער גאָט, האַרן אחוץ דיר האָבן געהערשט איבער אונדז. אָבער נאָר דיך האָבן מיר דערמאָנט – דײַן נאָמען.
14
די מתים װעלן ניט לעבעדיק װערן, די טױטע װעלן ניט אױפֿשטײן; פֿאַר װאָר האָסט געשטראָפֿט און זײ פֿאַרטיליקט, און אונטערגעבראַכט יעטװעדער זכר פֿון זײ.
15
האָסט געמערט בײַ די פֿעלקער, גאָט, האָסט געמערט בײַ די פֿעלקער דײַן כּבֿוד; האָסט דערגרײכט אַלע װײַטע עקן פֿון דער ערד.
16
גאָט, אין נױט האָבן זײ דיך דערמאָנט, זײ האָבן אױסגעגאָסן אַ שטיל געבעט, װען דײַן שטראָף איז געװען אױף זײ.
17
װי אַ טראָגעדיקע װאָס גײט צו קינד, דרײט זיך, שרײַט אין אירע װײען, אַזױ זײַנען מיר געװען פֿאַר דיר, גאָט.
18
מיר האָבן געטראָגן, מיר האָבן געװײטאָקט, און אַזױ װי מיר װאָלטן װינט געבאָרן; קײן ישועות האָבן מיר ניט אױסגעװירקט אין לאַנד, און ניט אױפֿגעלעבט האָבן די באַװױנער פֿון דער װעלט.
19
זאָלן אױפֿלעבן דײַנע מתים, מײַנע טױטע לײַבער זאָלן אױפֿשטײן! װאַכט אױף און זינגט, איר װאָס רוט אין שטױב; װאָרום אַ טױ פֿון ליכטיקײט איז דײַן טױ, און די ערד װעט די טױטע אַרױסגעבן.
20
קום, מײַן פֿאָלק, גײ אַרײַן אין דײַנע קאַמערן, און פֿאַרשליס דײַן טיר הינטער דיר; באַהאַלט זיך אױף אַ קלײן װײַלע, ביז דער צאָרן װעט אַריבער.
21
װאָרום זע, גאָט גײט אַרױס פֿון זײַן אָרט, צו באַשטראָפֿן די באַװױנער פֿון דער ערד פֿאַר זײער זינד, און די ערד װעט אַנטפּלעקן איר בלוט, און װעט מער ניט פֿאַרדעקן אירע הרוּגים.