אידיש
1
יהוה, דו ביסט מײַן גאָט, איך װעל דיך דערהײבן, איך װעל לױבן דײַן נאָמען, װאָרום האָסט אױפֿגעטאָן װוּנדער; די באַראָטן פֿון לאַנג אָן – מיט טרײַער געטרײַשאַפֿט.
2
װאָרום האָסט געמאַכט פֿון אַ שטאָט אַ הױפֿן, אַ באַפֿעסטיקטן כּרך פֿאַר אַ חוּרבֿה, די פּאַלאַצן פֿון פֿרעמדע פֿאַר אױס שטאָט, זײ זאָלן אײביק ניט אָפּגעבױט װערן.
3
דרום װעט דיך ערלעכן די שטאַרקע אומה, דער כּרך פֿון מאַכטיקע פֿעלקער װעט דיך פֿאָרכטן.
4
װאָרום ביסט געװען אַ פֿעסטונג דעם אָרימאַן, אַ פֿעסטונג דעם באַדערפֿטיקן אין זײַן נױט, אַ שוץ פֿון גוסרעגן, אַ שאָטן פֿון היץ; װאָרום דער צאָרן פֿון די מאַכטיקעאיז װי אַ גוסרעגן אױף אַ װאַנט.
5
אַזױ װי היץ אין אַ טרוקענעם לאַנד, דאָס גערױש פֿון די פֿרעמדע אונטערטעניקסטו; װי היץ דורך אַ װאָלקנשאָטן, װערט דאָס געזאַנג פֿון די מאַכטיקע פֿאַרדריקט.
6
און גאָט פֿון צבֿאות װעט מאַכןפֿאַר אַלע פֿעלקער אױף דעם דאָזיקן באַרג, אַ מאָלצײַט פֿון פֿעטשפּײַזן, אַ מאָלצײַט פֿון הײװנװײַנען, פֿעטשפּײַזן מאַרכיקע, הײװנװײַנען געלײַטערטע.
7
און ער װעט פֿאַרטיליקן אױף דעם דאָזיקן באַרגדעם צודעק װאָס דעקט צו אַלע פֿעלקער, און דעם שלײער װאָס איז געשלײערט אױף אַלע אומות.
8
ער װעט פֿאַרטיליקן דעם טױט אױף אײביק; און גאָט דער האַר װעט אָפּװישןדי טרער פֿון איטלעכן פּנים, און די שאַנד פֿון זײַן פֿאָלקװעט ער אָפּטאָן פֿון דער גאַנצער ערד; װאָרום גאָט האָט גערעדט.
9
און מע װעט זאָגן אין יענעם טאָג: זע, דאָס איז אונדזער גאָט, װאָס מיר האָבן געהאָפֿט צו אים ער זאָל אונדז העלפֿן, דאָס איז יהוה װאָס מיר האָבן געהאָפֿט צו אים, לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט זײַן הילף.
10
װאָרום די האַנט פֿון גאָט װעט רוען אױף דעם דאָזיקן באַרג, און מואָבֿ װעט צעטרעטן װערן אױף זײַן אָרט, װי שטרױ װערט צעטרעטן אין מיסטהױפֿן.
11
און ער װעט אױסשפּרײטן דערין זײַנע הענט, װי אַ שװימער שפּרײט אױס צום שװימען; אָבער מע װעט דערנידערן זײַן גאװהמיט די קונצן פֿון זײַנע הענט:
12
און די הױכע פֿעסטונג פֿון דײַנע מױערןבײגט ער, דערנידערט ער, ברענגט ער צו דער ערד ביזן שטױב.