Yiddish
Hebrew
אידיש
1 די נבֿואה אױף מואָבֿ. פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן עָר-מואָבֿ, פֿאַרשניטן געװאָרן; פֿאַר װאָר, איבער נאַכט איז פֿאַרװיסט געװאָרן קיר-מואָבֿ, פֿאַרשניטן געװאָרן. 2 ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן בַיִת און דיבֿון, אױף די בָמות צו װײנען; אױף נבֿוֹ און אױף מֵידבֿאָטוט יאָמערן מואָבֿ; אױף אַלע זײַנע קעפּ איז אַ פּליך, יעטװעדער באָרד איז אָפּגעשניטן. 3 אין זײַנע גאַסן גורט מען אָן זאַק; אױף אירע דעכער און אין אירע מערק, טוט איטלעכער יאָמערן, צעגײט אין געװײן. 4 און קלאָגן טוט חשבון און אֶלעָלֵה, ביז יַהַץ װערט געהערט זײער קָול; דרום שרײַען די באַװאָפֿנטע פֿון מואָבֿ; זײַן זעל טוט אים ציטערן. 5 מײַן האַרץ אױף מואָבֿ טוט קלאָגן, אירע אַנטלאָפֿענע גרײכן ביז צועַר, דער דרײַיאָריקער קו; װאָרום דער אַרױפֿגאַנג פֿון לוחית, אים גײט מען אַרױף מיט געװײן; װאָרום אױף דעם װעג פֿון חוֹרוֹנַיִםאַ בראָכגעשרײ הײבן זײ אױף. 6 װאָרום די װאַסערן פֿון נִמריםװעלן אַ װיסטעניש װערן; װאָרום פֿאַרדאַרט איז דאָס קרײַטעכץ, פֿאַרלענדט איז דאָס גראָז, קײן גרינס איז ניטאָ. 7 דרום, די שפֿע װאָס זײ האָבן אָנגעזאַמלט, און דאָס װאָס זײ האָבן באַהאַלטן, װעלן זײ צום טײַך פֿון די װערבעס אַװעקטראָגן. 8 װאָרום דאָס געשרײ האָט אַרומגערינגלטדעם געמאַרק פֿון מואָבֿ; ביז אֶגלַיִם גײט איר יללה. און ביז באֵר-אֵלים, איר יללה. 9 װאָרום די װאַסערן פֿון דימון זײַנען פֿול מיט בלוט; װאָרום איך װעל דימון נאָך געבן אַ צולאָג: אַ לײב פֿאַר די אַנטרונענע פֿון מואָבֿ, און פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון לאַנד.
עברית
1 מַשָּׂ֖א מוֹאָ֑ב כִּ֠י בְּלֵ֞יל שֻׁדַּ֨ד עָ֤ר מוֹאָב֙ נִדְמָ֔ה כִּ֗י בְּלֵ֛יל שֻׁדַּ֥ד קִיר־מוֹאָ֖ב נִדְמָֽה׃ 2 עָלָ֨ה הַבַּ֧יִת וְדִיבֹ֛ן הַבָּמ֖וֹת לְבֶ֑כִי עַל־נְב֞וֹ וְעַ֤ל מֵֽידְבָא֙ מוֹאָ֣ב יְיֵלִ֔יל בְּכָל־רֹאשָׁ֣יו קָרְחָ֔ה כָּל־זָקָ֖ן גְּרוּעָֽה׃ 3 בְּחוּצֹתָ֖יו חָ֣גְרוּ שָׂ֑ק עַ֣ל גַּגּוֹתֶ֧יהָ וּבִרְחֹבֹתֶ֛יהָ כֻּלֹּ֥ה יְיֵלִ֖יל יֹרֵ֥ד בַּבֶּֽכִי׃ 4 וַתִּזְעַ֤ק חֶשְׁבּוֹן֙ וְאֶלְעָלֵ֔ה עַד־יַ֖הַץ נִשְׁמַ֣ע קוֹלָ֑ם עַל־כֵּ֗ן חֲלֻצֵ֤י מוֹאָב֙ יָרִ֔יעוּ נַפְשׁ֖וֹ יָ֥רְעָה לּֽוֹ׃ 5 לִבִּי֙ לְמוֹאָ֣ב יִזְעָ֔ק בְּרִיחֶ֕הָ עַד־צֹ֖עַר עֶגְלַ֣ת שְׁלִשִׁיָּ֑ה כִּ֣י מַעֲלֵ֣ה הַלּוּחִ֗ית בִּבְכִי֙ יַֽעֲלֶה־בּ֔וֹ כִּ֚י דֶּ֣רֶךְ חוֹרֹנַ֔יִם זַעֲקַת־שֶׁ֖בֶר יְעֹעֵֽרוּ׃ 6 כִּֽי־מֵ֥י נִמְרִ֖ים מְשַׁמּ֣וֹת יִֽהְי֑וּ כִּֽי־יָבֵ֤שׁ חָצִיר֙ כָּ֣לָה דֶ֔שֶׁא יֶ֖רֶק לֹ֥א הָיָֽה׃ 7 עַל־כֵּ֖ן יִתְרָ֣ה עָשָׂ֑ה וּפְקֻדָּתָ֔ם עַ֛ל נַ֥חַל הָעֲרָבִ֖ים יִשָּׂאֽוּם׃ 8 כִּֽי־הִקִּ֥יפָה הַזְּעָקָ֖ה אֶת־גְּב֣וּל מוֹאָ֑ב עַד־אֶגְלַ֙יִם֙ יִלְלָתָ֔הּ וּבְאֵ֥ר אֵילִ֖ים יִלְלָתָֽהּ׃ 9 כִּ֣י מֵ֤י דִימוֹן֙ מָ֣לְאוּ דָ֔ם כִּֽי־אָשִׁ֥ית עַל־דִּימ֖וֹן נוֹסָפ֑וֹת לִפְלֵיטַ֤ת מוֹאָב֙ אַרְיֵ֔ה וְלִשְׁאֵרִ֖ית אֲדָמָֽה׃