אידיש
1
די נבֿואה אױף בָבֿל, װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען:
2
אױף אַ הױכן באַרג שטעלט אױף אַ פֿאָן, הײבט אױף דעם קָול צו זײ, פֿאָכט מיט דער האַנט, זײ זאָלן קומעןאין די טױערן פֿון פֿירשטן.
3
איך האָב באַפֿױלן מײַנע געהײליקטע, יאָ, גערופֿן מײַנע גיבורים פֿאַר מײַן צאָרן, מײַנע שטאָלצלוסטיקע.
4
האָרך! אַ טומל אױף די בערג, גלײַך װי פֿון פֿאָלק אַ סך. האָרך! אַ גערױש פֿון מלוכות, פֿון אומות פֿאַרזאַמלטע. גאָט פֿון צבֿאות באַפֿעלטאַ חיל פֿון מלחמה.
5
זײ קומען פֿון אַ לאַנד אַ װײַטן, פֿון עק פֿונעם הימל – גאָט און די געצײַג פֿון זײַן צאָרן, די גאַנצע ערד צו צעשטערן.
6
יאָמערט, װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט, װי אַ בראָך פֿון אַלמאַכטיקן װעט ער קומען.
7
דרום װעלן אַלע הענט שלאַף װערן, און איטלעך האַרץ פֿון אַ מענטשן װעט צעגײן.
8
און זײ װעלן דערשראָקן װערן; יסורים און װײען װעלן זײ קריגן, װי אַ געװינערין װעלן זײ זיך דרײען; אײנער אױפֿן אַנדערן װעלן זײ גאַפֿן, זײערע פּנימער, פּנימער פֿון פֿלאַמען.
9
זע, דער טאָג פֿון גאָט קומטאומדערבאַרימדיק, מיט כּעס און גרימצאָרן, צו מאַכן די ערד פֿאַר אַ װיסטעניש, און פֿאַרטיליקן אירע זינדיקע פֿון איר.
10
װאָרום די שטערן פֿון הימל און זײַנע מזלותװעלן ניט שײַנען זײער ליכט; די זון װעט זײַן פֿינצטער אין איר אױפֿגאַנג, און די לבֿנה װעט ניט שימערן איר ליכט.
11
און איך װעל זיך רעכענען מיט דער װעלט פֿאַרן בײז, און מיט די רשָעים פֿאַר זײער זינד; און איך װעל פֿאַרשטערן דעם שטאָלץ פֿון די מוטװיליקע, און די גאװה פֿון די מאַכטיקע װעל איך דערנידערן.
12
איך װעל מאַכן אַ מאַן זעלטענער פֿון גינגאָלד, און אַ מענטשן, פֿון אוֹפֿיר-גאָלד.
13
װעגן דעם װעל איך מאַכן ציטערן די הימלען, און די ערד װעט אױפֿשטורעמען פֿון איר אָרט, אין דעם כּעס פֿון גאָט פֿון צבֿאות, און אין דעם טאָג פֿון זײַן גרימצאָרן.
14
און עס װעט זײַן: אַזױ װי אַ הירש אַ געיאָגטער, און אַזױ װי שאָף אָן אַן אײַנזאַמלער, װעלן זײ איטלעכער צו זײַן פֿאָלק זיך קערן, און איטלעכער צו זײַן לאַנד װעלן זײ אַנטלױפֿן.
15
איטלעכער װאָס װערט געפֿונען, װעט דערשטאָכן װערן, און איטלעכער װאָס װערט געכאַפּט, װעט פֿאַלן דורכן שװערד.
16
און זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן פֿאַר זײערע אױגן; זײערע הײַזער װעלן צערױבט װערן, און זײערע װײַבער װעלן געשענדט װערן.
17
זע, איך דערװעק אױף זײ מָדַי, װאָס זילבער אַכטן זײ ניט, און גאָלד, דאָס װילן זײ ניט.
18
און בױגנס װעלן צעהאַקן ייִנגלעך, און אױף פֿרוכט פֿון לײַב װעלן זײ ניט רַחמָנות האָבן, אױף קינדער װעט זיך ניט דערבאַרימען זײער אױג.
19
און בָבֿל, דאָס שײנדל פֿון מלוכות, די שטאָלצע פּראַכט פֿון די כַּשׂדים, װעט זײַן װי גאָטס איבערקערענישפֿון סדום און עַמורָה.
20
זי װעט אײביק ניט באַזעצט װערן, און ניט באַװױנט זײַן אױף דָור-דורות; און קײן אַראַבער װעט דאָרט ניט אױפֿשטעלן אַ געצעלט, און קײן פּאַסטוכער װעלן דאָרט ניט מאַכן הױערן.
21
נאָר װילדע קעץ װעלן דאָרטן הױערן, און זײערע הײַזער װעלן פֿול זײַן מיט קלאָג-חיות; און שטרױספֿױגלען װעלן דאָרט רוען, און שֵדים װעלן דאָרט אומטאַנצן.
22
און שאַקאַלן װעלן װױען אין זײערע פּאַלאַצןאון מדבר-הינט אין די פּאַלײַען פֿון תּענוג; און נאָנט איז איר צײַט צו קומען, און אירע טעג װעלן זיך ניט פֿאַרציִען.