אידיש
1
און אַ ריטל װעט אַרױס פֿון דעם שטאַם פֿון יִשַי, און אַ צװײַג פֿון זײַנע װאָרצלען װעט שפּראָצן.
2
און רוען װעט אױף אים דער גײַסט פֿון גאָט, דער גײַסט פֿון חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט, דער גײַסט פֿון עצה און גבֿורה, דער גײַסט פֿון דערקענונג און גאָצפֿאָרכטיקײט.
3
און זײַן קװיקונג װעט זײַן אין גאָצפֿאָרכטיקײט; און ניט נאָך דער זעונג פֿון זײַנע אױגן װעט ער משפּטן, און ניט נאָך דער הערונג פֿון זײַנע אױערן װעט ער אַנטשײדן;
4
נאָר ער װעט משפּטן מיט גערעכטיקײט די אָרימע, און אַנטשײדן מיט יושר פֿאַר די געדריקטע פֿון לאַנד; און ער װעט שלאָגן דאָס לאַנד מיט דער רוט פֿון זײַן מױל, און מיטן אָטעם פֿון זײַנע ליפּן װעט ער טײטן דעם רָשע.
5
און גערעכטיקײט װעט זײַן דער אָנגורט פֿון זײַנע לענדן, און טרײַשאַפֿט דער גאַרטל פֿון זײַנע דיכן.
6
און אַ װאָלף װעט הױזן מיט אַ שעפּס, און אַ לעמפּערט מיט אַ ציקעלע װעט הױערן, און אַ קאַלב און אַ יונגלײב און אַ פֿעט רינד באַנאַנד; און אַ קלײן ייִנגל װעט זײ פֿירן.
7
און אַ קו מיט אַ בער װעלן זיך פֿיטערן, באַנאַנד װעלן הױערן זײערע יונגע; און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ.
8
און אַ זױגעדיקער װעט זיך שפּילןאױפֿן לאָך פֿון אַ שלאַנג, און אױף דער נאָרע פֿון אַ נאָטערװעט אַן אַנטװױנטער זײַן האַנט לײגן.
9
זײ װעלן ניט בײז טאָן און ניט פֿאַרדאַרבןאױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג; װאָרום די ערד װעט זײַן פֿול מיט דערקענונג פֿון גאָט, װי די װאַסערן באַדעקן דעם ים.
10
און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג: דער װאָרצל פֿון יִשַי, װאָס שטײט פֿאַר אַ פֿאָן פֿון די פֿעלקער-צו אים װעלן די אומות זיך װענדן, און זײַן רוּונג װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.
11
און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט גאָט װידער אױסשטרעקן זײַן האַנט, אַ צװײט מאָל, אױסצוקױפֿן דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, און פֿון מצרַיִם, און פֿון פַּתרוס, און פֿון כּוּש, און פֿון אֵלֶם, און פֿון שִנעָר, און פֿון חַמת, און פֿון די אינדזלען פֿון ים.
12
און ער װעט אױפֿהײבן אַ פֿאָן צו די פֿעלקער, און װעט אײַנזאַמלען די פֿאַרשטױסענע פֿון ישׂראל, און די צעשפּרײטע פֿון יהוּדה װעט ער אױפֿקלײַבןפֿון די פֿיר עקן פֿון דער ערד.
13
און אָפּגעטאָן װעט װערן די קנאה פֿון אפֿרים, און די פֿײַנט פֿון יהוּדה װעלן פֿאַרשניטן װערן; אפֿרים װעט ניט מקנא זײַן יהוּדה, און יהוּדה װעט ניט פֿײַנטן אפֿרים.
14
און זײ װעלן אָנפֿליִען באַנאַנד אױף די פּלִשתּים צו מערבֿ, אין אײנעם װעלן זײ רױבן די קינדער פֿון מזרח, אױף אדום און מואָבֿ װעלן זײ שטרעקן זײער האַנט, און די קינדער פֿון עמון װעלן געהאָרכן צו זײ.
15
און גאָט װעט פֿאַרװיסטן די צונג פֿון דעם ים פֿון מצרַיִם; און ער װעט פֿאָכן זײַן האַנט אױפֿן טײַך מיט זײַן הײסן װינט, און װעט אים צעשלאָגן אױף זיבן בעכן, און מאַכן מיט שיך אַריבערצושפּרײַזן.
16
און אַ װעג װעט זײַן פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, אַזױ װי עס איז געװען פֿאַר ישׂראלאין טאָג פֿון זײַן אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מצרַיִם.