אידיש
1
די זעונג פֿון ישַעיָהו דעם זון פֿון אָמוצן, װאָס ער האָט געזען אױף יהוּדה און ירושלים, אין די טעג פֿון עוּזִיָהו, יוֹתָם, אָחָז, יחִזקִיָהו, די מלכים פֿון יהוּדה.
2
הערט איר הימלען, און פֿאַרנעם דו ערד, װאָרום גאָט האָט גערעדט: קינדער האָב איך דערצױגן און אױפֿגעבראַכט, און זײ האָבן געבראָכן אָן מיר.
3
אַן אָקס װײס זײַן בעל-הבית, און אַן אײזל די קאָריטע פֿון זײַן האַר; ישׂראל װײס ניט, מײַן פֿאָלק קוקט זיך ניט אום.
4
װײ, זינדיקע אומה, פֿאָלק מיט פֿאַרברעכן באַשװערט, זאָמען פֿון שלעכטסטוער, קינדער פֿאַרדאָרבענע! פֿאַרלאָזט האָבן זײ גאָט, געלעסטערט דעם הײליקן פֿון ישׂראל, אַהינטער זיך אָפּגעקערט.
5
װוּ נאָך װילט איר געשלאָגן װערן, װאָס איר קערט אײַך נאָך מער אָפּ? דער גאַנצער קאָפּ איז קראַנק, און דאָס גאַנצע האַרץ איז אין װײטאָג;
6
פֿון פֿוסטריט ביזן קאָפּאיז אין אים קײן גאַנץ גליד ניטאָ, נאָר אַ ריס און אַ בײל און אַן אײַטעריק װוּנד; ניט אױסגעדריקט זײַנען זײ געװאָרן, און ניט פֿאַרבונדן, און ניט מיט אײל דערװײכט.
7
אײַער לאַנד איז אַ װיסטעניש, אײַערע שטעט זײַנען אין פֿײַער פֿאַרברענט; אײַער ערד – פֿרעמדע פֿאַרצערן זי אײַך אַנטקעגן, און װיסט איז זי װי דער איבערקער פֿון אַ פֿלײצונג.
8
און געבליבן איז טאָכטער צִיון, װי אַ בײַדל אין אַ װײַנגאָרטן, װי אַ נאַכטלעג אין אַ פּלוצערפֿעלד, װי אַ װאַכבוד פֿון ריטלעך.
9
װען ניט גאָט פֿון צבֿאותװאָלט אונדז אַ קלײן איבערבלײַב געלאָזט, װאָלטן מיר װי סדום געװאָרן, צו עַמורָה װאָלטן מיר געװען געגליכן.
10
הערט דאָס װאָרט פֿון יהוה, איר פֿירער פֿון סדום; פֿאַרנעמט די לער פֿון אונדזער גאָט, איר פֿאָלק פֿון עַמורָה.
11
צו װאָס מיר אײַערע פֿיל שלאַכטאָפּפֿער? זאָגט גאָט, איך בין זאַט מיט בראַנדאָפּפֿער פֿון װידערס, און מיט פֿעטס פֿון געשטאָפּטע; און בלוט פֿון אָקסן און שעפּסן און בעקװיל איך ניט האָבן.
12
אַז איר קומט זיך װײַזן פֿאַר מיר, װער בעט דאָס פֿון אײַך מײַנע הױפֿן צו טרעטן?
13
ניט ברענגט מער קרבנות אומזיסט, אַן אומװערדיקע דעמפֿונג איז דאָס מיר; ראש-חודש און שבת, רופֿן אַ צונױפֿרופֿונג – אומרעכט מיט אײַנזאַמלונג קען איך ניט לײַדן;
14
אײַערע ראש-חודשן און אײַערע יום-טובֿיםהאָט פֿײַנט מײַן זעל; זײ זײַנען מיר צו לאַסט געװאָרן, איך קען זײ ניט פֿאַרטראָגן.
15
און אַז איר שפּרײט אױס אײַערע הענט, װעל איך פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אײַך; און פֿיל איר זאָלט ניט תּפֿילה טאָן, הער איך ניט צו; אײַערע הענט זײַנען פֿול מיט בלוט.
16
װאַשט אײַך, רײניקט אײַך, טוט אָפּ אײַערע שלעכטע מעשׂיםפֿון קעגן מײַנע אױגן, הערט אױף שלעכטס טאָן;
17
לערנט גוטס טאָן, זוכט גערעכטיקײט, שטאַרקט דעם געדריקטן, טוט רעכט דעם יתום, נעמט זיך אָן פֿאַר דער אלמנה.
18
קומט נאָר, און לאָמיר זיך דורכרעדן, זאָגט גאָט: אױב אײַערע זינד װעלן װי קאַרמין זײַן, װעלן זײ װײַס װי שנײ װערן; אױב זײ װעלן רױט זײַן װי װערמילפֿאַרב, װעלן זײ װי װאָל װערן.
19
אױב איר װעט װעלן און װעט צוהערן, װעט איר עסן דאָס גוטס פֿונעם לאַנד;
20
אָבער אַז איר װעט ניט װעלן, און װעט װידערשפּעניקן, װעט איר פֿון דער שװערד געגעסן װערן; װאָרום דאָס מױל פֿון גאָט האָט גערעדט.
21
װי איז אַ זונה געװאָרןדי געטרײַע שטאָט! געװען פֿול מיט גערעכטיקײט, רעכטפֿאַרטיקײט פֿלעגט רוען אין איר, און אַצונדערטאָ – מערדערס.
22
דײַן זילבער איז פּסולת געװאָרן, דײַן טראַנק איז מיט װאַסער געמישט.
23
דײַנע האַרן זײַנען אָפּקערערס, און חבֿרים פֿון גנבֿים; איטלעכער האָט ליב שוחד, און יאָגט זיך נאָך געצאָלט; דעם יתום טוען זײ ניט קײן רעכט, און דער שטרײַט פֿון דער אלמנה גײט זײ ניט אָן.
24
דרום זאָגט דער האַר, גאָט פֿון צבֿאות, דער מאַכטיקער פֿון ישׂראל: אָ, איך װעל זיך שטילן אָן מײַנע פֿײַנט, און זיך נוקם זײַן אָן מײַנע שׂונאים.
25
און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף דיר, און לײַטערן װי מיט לױג דײַנע פּסולת, און אָפּטאָן אַלע דײַנע בלײַען.
26
און איך װעל אומקערן דײַנע ריכטער װי צוערשט, און דײַנע יועצים װי אין אָנהײב; דערנאָך װעט מען דיך רופֿןדער כּרך פֿון גערעכטיקײט, די געטרײַע שטאָט.
27
צִיון װעט דורך גערעכטיקײט דערלײזט װערן, און אירע צוריקגעקערטע דורך רעכטפֿאַרטיקײט.
28
און אַ בראָך אױף די פֿאַרברעכער און זינדיקע אין אײנעם; און די װאָס פֿאַרלאָזן גאָט, װעלן פֿאַרלענדט װערן.
29
װאָרום מע װעט צו שאַנד װערן פֿון די אײַכנבײמער װאָס איר האָט געגלוסט, און איר װעט זיך שעמען מיט די גערטנער װאָס איר האָט אױסדערװײלט.
30
װאָרום איר װעט זײַן װי אַ טערעבינטװאָס זײַן בלאַט װערט פֿאַרװעלקט, און װי אַ גאָרטןװאָס האָט ניט קײן װאַסער.
31
און דער שטאַרקער װעט װערן װי פֿלאַקסשטרױ, און זײַן װערק אַ פֿונקאון בײדע אין אײנעם װעלן ברענען, און קײן לעשער װעט ניט זײַן.