אידיש
1
און אֶלישע דער נבֿיא האָט גערופֿן אײנעם פֿון די יונגע נבֿיאים, און האָט צו אים געזאָגט: גורט אָן דײַנע לענדן, און נעם דאָס דאָזיקע קריגל אײל אין דײַן האַנט, און גײ קײן רמת-גִלעָד.
2
און אַז דו װעסט קומען אַהין, קוק זיך אַרום אױף יֵהוּא דעם זון פֿון יהוֹשפֿט דעם זון פֿון נִמשין; און זאָלסט אַרײַנגײן, און אים מאַכן אױפֿשטײן פֿון צװישן זײַנע ברידער, און זאָלסט אים אַרײַנפֿירן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער.
3
און זאָלסט נעמען דאָס קריגל אײל, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט. איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל. און זאָלסט עפֿענען די טיר און אַנטלױפֿן, און ניט װאַרטן.
4
איז דער יונגערמאַן דער יונגער נבֿיא געגאַנגען קײן רמת-גִלעָד.
5
און װי ער איז געקומען, ערשט די הױפּטלײַט פֿון חיל זיצן. האָט ער געזאָגט: איך האָב אַ װאָרט צו דיר, הױפּטמאַן. האָט יֵהוּא געזאָגט: צו װעמען פֿון אונדז אַלעמען? האָט ער געזאָגט: צו דיר, הױפּטמאַן.
6
איז ער אױפֿגעשטאַנען, און ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז. און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן דאָס אײל אױף זײַן קאָפּ, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער דעם פֿאָלק פֿון גאָט, איבער ישׂראל.
7
און זאָלסט דערשלאָגן דאָס הױז פֿון אַחאבֿ דײַן האַר, כּדי איך זאָל זיך נוקם זײַן פֿאַר דעם בלוט פֿון מײַנע קנעכט די נבֿיאים, און פֿאַר דעם בלוט פֿון אַלע קנעכט פֿון גאָט, פֿון אִיזֶבֿלס האַנט.
8
און דאָס גאַנצע הױז פֿון אַחאבֿ זאָל אונטערגײן; און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אַחאבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן און קינד און קײט, צװישן ישׂראל.
9
און איך װעל מאַכן דאָס הױז פֿון אַחאבֿ אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, און אַזױ װי דאָס הױז פֿון בַעשא דעם זון פֿון אַחִיהן.
10
און די הינט װעלן עסן אִיזֶבֿלען אין דעם שטיק לאַנד פֿון יזרעאל, און קײן באַגרעבער װעט ניט זײַן. און ער האָט געעפֿנט די טיר, און איז אַנטלאָפֿן.
11
און יֵהוּא איז אַרױסגעגאַנגען צו די קנעכט פֿון זײַן האַר; האָט מען צו אים געזאָגט: איז פֿריד? װעגן װאָס איז דער דאָזיקער משוגענער געקומען צו דיר? האָט ער צו זײ געזאָגט: איר קענט דאָך דעם מאַן און זײַן רעדן.
12
האָבן זײ געזאָגט: אַ ליגן! דערצײל אונדז אַקאָרשט. האָט ער געזאָגט: אַזױ און אַזױ האָט ער גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איך האָב דיך געזאַלבט פֿאַר אַ מלך איבער ישׂראל.
13
האָבן זײ געאײַלט און גענומען איטלעכער זײַן בגד, און אונטערגעלײגט אונטער אים אױף דער אײבערשטער טרעפּ, און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר, און געזאָגט: יֵהוּא איז מלך!
14
אַזױ האָט יֵהוּא דער זון פֿון יהוֹשפֿט דעם זון פֿון נִמשין געמאַכט אַ בונט אױף יוֹרָמען. – און יוֹרָם האָט געהאַט געהיט רמת-גִלעָד פֿון חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם, ער און גאַנץ ישׂראל.
15
און דער מלך יהוֹרם האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יזרעאל פֿון די װוּנדן װאָס די אַרַמים האָבן אים פֿאַרװוּנדט, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם. – און יֵהוּא האָט געזאָגט: אױב דאָס איז אײַער װילן, זאָל ניט אַרױס אַן אַנטרונענער פֿון שטאָט צו גײן אָנזאָגן אין יזרעאל.
16
און יֵהוּא האָט זיך געזעצט אױף אַ רײַטװאָגן, און איז אַװעק קײן יזרעאל, װײַל יוֹרָם איז דאָרטן געלעגן. און אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹרָמען.
17
און דער װעכטער איז געשטאַנען אױף דעם טורעם אין יזרעאל, און ער האָט געזען די מחנה פֿון יֵהוּאן בײַ זײַן אָנקומען. האָט ער געזאָגט: אַ מחנה זע איך. האָט יהוֹרם געזאָגט: נעם אַ רײַטער און שיק זײ אַנטקעגן, און זאָל ער זאָגן: איז פֿריד?
18
איז דער רײַטער אױפֿן פֿערד אַװעק אים אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט דער מלך געזאָגט: איז פֿריד? האָט יֵהוּא געזאָגט: װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײ זיך אױס הינטער מיר. האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט אַזױ צו זאָגן: דער שלִיח איז אָנגעקומען ביז זײ, אָבער ער קערט זיך ניט צוריק.
19
האָט ער געשיקט אַ צװײטן רײַטער אױף אַ פֿערד. און ער איז געקומען צו זײ, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: איז פֿריד? האָט יֵהוּא געזאָגט: װאָס קערסטו זיך אָן מיט פֿריד? דרײ זיך אױס הינטער מיר.
20
האָט דער װעכטער אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: ער איז אָנגעקומען ביז צו זײ, אָבער ער קערט זיך ניט צוריק. און דאָס טרײַבן איז אַזױ װי דאָס טרײַבן פֿון יֵהוּא דעם זון פֿון נִמשין, װאָרום ער טרײַבט משוּגענערװײַז.
21
האָט יהוֹרם געזאָגט: שפּאַן אײַן. האָט מען אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און יהוֹרם דער מלך פֿון ישׂראל און אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױס איטלעכער אין זײַן רײַטװאָגן, און זײַנען אַרױס אַנטקעגן יֵהוּאן, און האָבן אים געטראָפֿן אין דעם שטיק לאַנד פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי.
22
און עס איז געװען, װי יהוֹרם האָט געזען יֵהוּאן, אַזױ האָט ער געזאָגט: איז פֿריד, יֵהוּא? האָט ער געענטפֿערט: װאָס פֿאַר פֿריד, בײַ די זנותן פֿון דײַן מוטער אִיזֶבֿלען און אירע פֿיל כּישופֿן.
23
האָט יהוֹרם פֿאַרקריװעט זײַנע הענט, און איז אַנטלאָפֿן, און ער האָט געזאָגט צו אַחַזיָהון: באַטרוג, אַחַזיָהו!
24
און יֵהוּא האָט אָנגעצױגן מיט זײַן האַנט דעם בױגן, און האָט געטראָפֿן יהוֹרמען צװישן זײַנע אָרעמס, און די פֿײַל איז אים אַרױסגעגאַנגען דורכן האַרצן, און ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזן אין זײַן רײַטװאָגן.
25
האָט ער געזאָגט צו בִדקַר זײַן עלטסטן: נעם, װאַרף אים אַװעק אין דעם שטיק פֿעלד פֿון נָבֿות דעם יִזרעאֵלי. װאָרום געדענק װי איך און דו זײַנען געריטן באַנאַנד הינטער זײַן פֿאָטער אַחאבֿן, און גאָט האָט אױפֿגעהױבן אױף אים די דאָזיקע נבֿואה:
26
פֿאַר װאָר, איך האָב נעכטן געזען דאָס בלוט פֿון נָבֿותן, און דאָס בלוט פֿון זײַנע קינדער, זאָגט גאָט, און איך װעל דיר אָפּצאָלן אין דעם דאָזיקן שטיק לאַנד, זאָגט גאָט. און אַצונד נעם, װאַרף אים אַװעק אין דעם שטיק לאַנד, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט.
27
און װי אַחַזיָהו דער מלך פֿון יהוּדה האָט דערזען, אַזױ איז ער אַנטלאָפֿן דורך דעם גאָרטנהױז. אָבער יֵהוּא האָט אים נאָכגעיאָגט, און האָט געזאָגט: שלאָגט אים אױך אױפֿן רײַטװאָגן. [און זײ האָבן אים געשלאָגן] אױף דעם אַרױפֿגאַנג פֿון גור װאָס לעבן יִבֿלְעָם. און ער איז אַנטלאָפֿן קײן מגִדו, און איז דאָרטן געשטאָרבן.
28
און זײַנע קנעכט האָבן אים געבראַכט צופֿירן קײן ירושָלַיִם, און האָבן אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט.
29
און אין עלפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן איז אַחַזיָה געװאָרן מלך איבער יהוּדה.
30
און יֵהוּא איז געקומען קײן יזרעאל. און אִיזֶבֿל האָט דערהערט, און זי האָט אַרױפֿגעטאָן פֿאַרב אױף אירע אױגן, און האָט פֿאַרפּוצט איר קאָפּ, און אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער.
31
און װי יֵהוּא איז אַרײַנגעקומען אין טױער, אַזױ האָט זי געזאָגט: װאָס מאַכט זִמרי דער מערדער פֿון זײַן האַר?
32
האָט ער אױפֿגעהױבן זײַן פּנים צום פֿענצטער, און האָט געזאָגט: װער איז מיט מיר, װער? האָבן אַרױסגעקוקט צו אים צװײ דרײַ הױפֿדינער.
33
האָט ער געזאָגט: שלײַדערט זי אַראָפּ. און זײ האָבן זי אַראָפּגעשלײַדערט; און פֿון איר בלוט האָט אַרױפֿגעשפּריצט אױף דער װאַנט און אױף די פֿערד. און מע האָט זי צעטרעטן.
34
און ער איז אַרײַנגעגאַנגען, און האָט געגעסן און געטרונקען, און ער האָט געזאָגט: באַשטאַט, איך בעט אײַך, די דאָזיקע פֿאַרשאָלטענע, און באַגראָבט זי, װאָרום אַ מלכס טאָכטער איז זי.
35
זײַנען זײ געגאַנגען זי באַגראָבן, אָבער זײ האָבן מער פֿון איר ניט געפֿונען, װי בלױז דעם שאַרבן, און די פֿיס, און די האַנטפֿלעכן.
36
האָבן זײ זיך אומגעקערט, און האָבן אים דערצײלט. האָט ער געזאָגט: דאָס איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: אין דעם שטיק לאַנד פֿון יזרעאל װעלן די הינט עסן דאָס פֿלײש פֿון אִיזֶבֿלען.
37
און דער טױטער לײַב פֿון אִיזֶבֿלען װעט זײַן אױפֿן שטיק לאַנד פֿון יזרעאל אַזױ װי מיסט אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, אַז מע װעט קענען זאָגן: דאָס איז אִיזֶבֿל.