אידיש
1
און אֶלישע האָט גערעדט צו דער פֿרױ װאָס ער האָט לעבעדיק געמאַכט איר זון, אַזױ צו זאָגן: שטײ אױף און גײ, דו און דײַן הױזגעזינט, און האַלט זיך אױף װוּ דו װעסט זיך אױפֿהאַלטן, װאָרום גאָט האָט גערופֿן אַ הונגער, און ער קומט אױך איבערן לאַנד אױף זיבן יאָר.
2
איז די פֿרױ אױפֿגעשטאַנען, און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון דעם געטלעכן מאַן, און זי איז געגאַנגען מיט איר הױזגעזינט, און האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים זיבן יאָר.
3
און עס איז געװען צום סָוף פֿון די זיבן יאָר, האָט די פֿרױ זיך אומגעקערט פֿון לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און זי איז אַרױסגעגאַנגען שרײַען צום מלך װעגן איר הױז און װעגן איר פֿעלד.
4
און דער מלך האָט גראָד גערעדט צו גֵיחזי דעם יונג פֿון דעם געטלעכן מאַן, אַזױ צו זאָגן: דערצײל מיר אַקאָרשט אַלע גרױסע זאַכן װאָס אֶלישע האָט געטאָן.
5
און עס איז געװען װי ער דערצײלט אַזױ דעם מלך, אַז ער האָט לעבעדיק געמאַכט דעם טױטן, ערשט די פֿרױ װאָס ער האָט לעבעדיק געמאַכט איר זון, שרײַט צום מלך װעגן איר הױז און װעגן איר פֿעלד. האָט גֵיחזי געזאָגט: מײַן האַר מלך, דאָס איז די פֿרױ, און דאָס איז איר זון װאָס אֶלישע האָט לעבעדיק געמאַכט.
6
האָט דער מלך אױסגעפֿרעגט די פֿרױ, און זי האָט אים דערצײלט. און דער מלך האָט איר מיטגעגעבן אַ הױפֿדינער, אַזױ צו זאָגן: קער אום אַלץ װאָס איז אירס, און אַלע אײַנקומענישן פֿון דעם פֿעלד, פֿון דעם טאָג װאָס זי האָט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד און ביז אַצונד.
7
און אֶלישע איז געקומען קײן דמשׂק; און בן-הַדַד דער מלך פֿון ארם איז געװען קראַנק; איז אים דערצײלט געװאָרן, אַזױ צו זאָגן: דער געטלעכער מאַן איז געקומען אַהער.
8
האָט דער מלך געזאָגט צו חַזָאֵלן: נעם אין דײַן האַנט אַ מתּנה, און גײ אַנטקעגן דעם געטלעכן מאַן, און זאָלסט פֿרעגן דורך אים בײַ גאָט, אַזױ צו זאָגן: װעל איך גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט?
9
איז חַזָאֵל געגאַנגען אים אַנטקעגן; און ער האָט מיטגענומען אַ מתּנה אין זײַן האַנט, און פֿון אַל דאָס גוטס פֿון דמשׂק, אַ משׂא פֿון פֿערציק קעמלען, און ער איז געקומען און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים, און האָט געזאָגט: דײַן זון בן-הַדַד דער מלך פֿון ארם האָט מיך געשיקט צו דיר, אַזױ צו זאָגן: װעל איך גענעזן װערן פֿון דער דאָזיקער קראַנקשאַפֿט?
10
האָט אֶלישע צו אים געזאָגט: גײ, זאָג צו אים: גענעזן װעסטו גענעזן װערן; אָבער גאָט האָט מיר באַװיזן אַז שטאַרבן װעט ער שטאַרבן.
11
און ער האָט אָנגעשטעלט זײַן פּנים, און [אים] באַטראַכט ביז ער האָט זיך פֿאַרשעמט; און דער געטלעכער מאַן האָט געװײנט.
12
האָט חַזָאֵל געזאָגט: פֿאַר װאָס װײנט מײַן האַר? האָט ער געזאָגט: װײַל איך װײס דאָס בײז װאָס דו װעסט אָנטאָן די קינדער פֿון ישׂראל. זײערע פֿעסטונגען װעסטו אַװעקלאָזן אין פֿײַער, און זײערע יונגעלײַט װעסטו הרגען מיטן שװערד, און זײערע קלײנע קינדער װעסטו צעהאַקן, און זײערע טראָגעדיקע װעסטו אױפֿשפּאַלטן.
13
האָט חַזָאֵל געזאָגט: אָבער װער איז דײַן קנעכט דער הונט, אַז ער זאָל טאָן די דאָזיקע גרױסע זאַך? האָט אֶלישע געזאָגט: גאָט האָט מיר געװיזן דיך װי דער מלך איבער ארם.
14
איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון אֶלישען, און איז געקומען צו זײַן האַר; האָט ער אים געפֿרעגט: װאָס האָט אֶלישע געזאָגט? האָט ער געזאָגט: ער האָט מיר געזאָגט, גענעזן װעסטו גענעזן װערן.
15
און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט ער גענומען דאָס שטריקטוך און אײַנגעטונקט אין װאַסער, און פֿאַרשפּרײט אױף זײַן פּנים, און ער איז געשטאָרבן. און חַזָאֵל איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
16
און אין פֿינפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן, דעם מלך פֿון ישׂראל װען יהוֹשפֿט איז געװען דער מלך פֿון יהוּדה, איז יהוֹרם דער זון פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך.
17
צװײ און דרײַסיק יאָר איז ער אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אַכט יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים.
18
און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאבֿ האָט געטאָן; װאָרום ער האָט געהאַט אַחאבֿס טאָכטער פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט.
19
אָבער גאָט האָט ניט געװאָלט אומברענגען יהוּדה פֿון זײַן קנעכט דָוִדס װעגן, אַזױ װי ער האָט אים צוגעזאָגט, צו געבן אים און זײַנע קינדער אַ ליכט אַלע טעג.
20
אין זײַנע טעג איז אדום אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה, און זײ האָבן געמאַכט איבער זיך אַ מלך.
21
איז יוֹרָם אַריבערגעגאַנגען קײן צָעִיר און אַלע רײַטװעגן מיט אים, און ער איז אױפֿגעשטאַנען בײַ נאַכט, און האָט געשלאָגן די אַדוֹמים װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, און די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן; און דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפֿן צו זײַנע געצעלטן.
22
אָבער אדום איז אָפּגעפֿאַלן פֿון אונטער דער האַנט פֿון יהוּדה ביז אױף הײַנטיקן טאָג. דענצמאָל אין דער אײגענער צײַט איז אָפּגעפֿאַלן לִבֿנָה.
23
און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹרָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
24
און יוֹרָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס שטאָט. און זײַן זון אַחַזיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
25
אין צװעלפֿטן יאָר פֿון יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן, דעם מלך פֿון ישׂראל, איז געװאָרן מלך אַחַזיָהו דער זון פֿון יהוֹרם דעם מלך פֿון יהוּדה.
26
צװײ און צװאַנציק יאָר איז אַחַזיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און אײן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַתַליָהו די טאָכטער פֿון עָמרי דעם מלך פֿון ישׂראל.
27
און ער איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון אַחאבֿס הױז, און האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי דאָס הױז פֿון אַחאבֿ, װאָרום ער איז געװען אַן אײדים פֿון אַחאבֿס הױז.
28
און ער איז געגאַנגען מיט יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן אױף מלחמה מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם, אין רמת-גִלעָד; און די אַרַמים האָבן פֿאַרװוּנדט יוֹרָמען.
29
און דער מלך יוֹרָם האָט זיך אומגעקערט זיך צו הײלן אין יזרעאל פֿון די װוּנדן װאָס די אַרַמים האָבן אים פֿאַרװוּנדט אין רמה, װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט חַזָאֵל דעם מלך פֿון ארם. און אַחַזיָהו דער זון פֿון יהוֹרמען, דער מלך פֿון יהוּדה, האָט אַראָפּגענידערט צו זען יוֹרָם דעם זון פֿון אַחאבֿן אין יזרעאל, װען ער איז געװען קראַנק.