אידיש
1
און אײנע אַ פֿרױ פֿון די װײַבער פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געשריִען צו אֶלישע, אַזױ צו זאָגן: דײַן קנעכט, מײַן מאַן, איז טױט; און דו װײסט אַז דײַן קנעכט איז געװען גאָטספֿאָרכטיק; און דער בַעַל-חובֿ איז געקומען נעמען צו זיך מײַנע צװײ קינדער פֿאַר קנעכט.
2
האָט אֶלישע צו איר געזאָגט: װאָס זאָל איך דיר טאָן? זאָג מיר װאָס האָסטו אין הױז? האָט זי געזאָגט: דײַן דינסט האָט גאָרנישט אין הױז, נאָר בלױז אַ קריגל אײל.
3
האָט ער געזאָגט: גײ, באָרג דיר כּלים פֿון דערױסן, פֿון אַלע דײַנע שכנים, לײדיקע כּלים; זאָלסט ניט קאַרגן.
4
און זאָלסט אַרײַנגײן און פֿאַרשליסן די טיר הינטער דיר און הינטער דײַנע זין, און זאָלסט אָנגיסן אין אַלע די דאָזיקע כּלים; און די פֿולע זאָלסטו אַװעקרוקן.
5
איז זי אַװעקגעגאַנגען פֿון אים, און זי האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זיך און הינטער אירע זין: זײ האָבן איר דערלאַנגט, און זי האָט אָנגעגאָסן.
6
און עס איז געװען, װי די כּלים זײַנען געװאָרן פֿול, אַזױ האָט זי געזאָגט צו איר זון: דערלאַנג מיר נאָך אַ כּלי. האָט ער צו איר געזאָגט: ניטאָ מער קײן כּלי. און דאָס אײל האָט זיך אָפּגעשטעלט.
7
איז זי געקומען, און האָט דערצײלט דעם געטלעכן מאַן, און ער האָט געזאָגט: גײ פֿאַרקױף דאָס אײל, און באַצאָל דײַן חובֿ, און דו מיט דײַנע זין װעסט לעבן אױף דעם רעשט.
8
און עס איז געװען אײן טאָג, איז אֶלישע אַריבערגעגאַנגען קײן שוּנֵם, און דאָרטן איז געװען אַ רײַכע פֿרױ, האָט זי אים פֿאַרהאַלטן צו עסן ברױט. און עס איז געװען, אַז װען נאָר ער איז דורכגעגאַנגען, פֿלעגט ער פֿאַרקערן אַהין צו עסן ברױט.
9
האָט זי געזאָגט צו איר מאַן: זע, איך בעט דיך, איך װײס אַז דאָס איז אַ הײליקער מאַן פֿון גאָט װאָס גײט דורך בײַ אונדז תּמיד.
10
לאָמיר מאַכן, איך בעט דיך, אַ קלײן געמױערט אױבערסטיבל, און לאָמיר דאָרטן אַװעקשטעלן פֿאַר אים אַ בעט, און אַ טיש און אַ שטול, און אַ לאָמפּ, און עס װעט זײַן, װי ער קומט צו אונדז, אַזױ װעט ער אײַנקערן אַהין.
11
און עס איז געװען אײן טאָג, איז ער אַהין געקומען, און ער האָט אײַנגעקערט אין דער אױבערשטוב, און האָט זיך דאָרטן געלײגט.
12
און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג גֵיחזי: רוף די דאָזיקע שוּנַמית. האָט ער זי גערופֿן, און זי האָט זיך געשטעלט פֿאַר אים.
13
האָט ער צו אים געזאָגט: זאָג אַקאָרשט צו איר: זע, דו האָסט געזאָרגט פֿון אונדזערט װעגן די דאָזיקע גאַנצע זאָרג; װאָס איז דאָ צו טאָן פֿאַר דיר? איז דאָ צו רעדן פֿאַר דיר צום מלך אָדער צום האַר פֿון חיל? האָט זי געזאָגט: צװישן מײַן שטאַם זיץ איך.
14
האָט ער געזאָגט: װאָס איז פֿאָרט דאָ צו טאָן פֿאַר איר? האָט גֵיחזי געזאָגט: פֿאַר װאָר זי האָט ניט קײן קינד, און איר מאַן איז אַלט.
15
האָט ער געזאָגט: רוף זי, און ער האָט זי גערופֿן, און זי האָט זיך געשטעלט אין טיר.
16
האָט ער געזאָגט: אין דער צײַט, אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, װעסטו האַלדזן אַ זון. האָט זי געזאָגט: נײן, מײַן האַר געטלעכער מאַן! זאָלסט ניט נאַרן דײַן דינסט.
17
און די פֿרױ איז טראָגעדיק געװאָרן, און זי האָט געבאָרן אַ זון אין דער צײַט אין אַ יאָר אַרום, אַזױ װי אֶלישע האָט צו איר גערעדט.
18
און דאָס קינד איז אױפֿגעװאַקסן; און עס איז געװען אײן טאָג, איז ער אַרױסגעגאַנגען צו זײַן פֿאָטער בײַ די שניטערס.
19
און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: מײַן קאָפּ, מײַן קאָפּ! האָט ער געזאָגט צום יונג: טראָג אים אַװעק צו זײַן מוטער.
20
האָט ער אים אַװעקגעטראָגן און אים געבראַכט צו זײַן מוטער. און ער איז געזעסן אױף אירע קני ביז האַלבן טאָג, און איז געשטאָרבן.
21
איז זי אַרױפֿגעגאַנגען, און האָט אים אַװעקגעלײגט אױפֿן בעט פֿון דעם געטלעכן מאַן, און זי האָט אים פֿאַרשלאָסן, און איז אַרױסגעגאַנגען.
22
און זי האָט גערופֿן צו איר מאַן און האָט געזאָגט: שיק מיר, איך בעט דיך, אײנעם פֿון די יונגען מיט אײנער פֿון די אײזעלינס, און איך װעל אַריבערלױפֿן צום געטלעכן מאַן, און װעל זיך אומקערן.
23
האָט ער צו איר געזאָגט: פֿאַר װאָס גײסטו צו אים הײַנט, ניט ראש-חודש און ניט שבת? האָט זי געזאָגט: עס איז פֿריד.
24
און זי האָט אָנגעזאָטלט די אײזעלין, און האָט געזאָגט צו איר יונג: טרײַב און גײ; זאָלסט מיך ניט אױפֿהאַלטן אין רײַטן, סײַדן איך האָב דיר געהײסן.
25
און זי איז געגאַנגען און געקומען צום געטלעכן מאַן אױפֿן באַרג כַּרמל. און עס איז געװען, װי דער געטלעכער מאַן האָט זי דערזען פֿון װײַטן, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַן יונג גֵיחזין: אָן איז יענע שוּנַמית.
26
אַצונד לױף אַקאָרשט איר אַנטקעגן, און זאָג צו איר: איז פֿריד צו דיר? איז פֿריד צו דײַן מאַן? איז פֿריד צום קינד? האָט זי געזאָגט: פֿריד.
27
און זי איז געקומען צום געטלעכן מאַן אױפֿן באַרג, און זי האָט זיך אָנגענומען אָן זײַנע פֿיס; האָט גֵיחזי גענענט זי אַװעקצושטױסן, אָבער דער געטלעכער מאַן האָט געזאָגט: לאָז זי אָפּ, װאָרום איר זעל איז פֿאַרביטערט, און גאָט האָט פֿאַרהױלן פֿון מיר, און האָט מיר ניט דערצײלט.
28
האָט זי געזאָגט: האָב איך דען געבעטן אַ זון בײַ מײַן האַר? האָב איך ניט געזאָגט: זאָלסט מיך ניט גענאַרן?
29
האָט ער געזאָגט צו גֵיחזין: גורט אָן דײַנע לענדן, און נעם מײַן שטעקן אין דײַן האַנט, און גײ; אַז דו װעסט אָנטרעפֿן עמיצן, זאָלסטו אים ניט באַגריסן, און אַז עמעצער װעט דיך באַגריסן, זאָלסטו אים ניט ענטפֿערן; און זאָלסט אַרױפֿטאָן מײַן שטעקן אױפֿן ייִנגלס פּנים.
30
האָט געזאָגט די מוטער פֿון ייִנגל: אַזױ װי גאָט לעבט, און אַזױ װי דײַן זעל לעבט, אױב איך װעל דיך אָפּלאָזן! איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען נאָך איר.
31
און גֵיחזי איז אַװעקגעגאַנגען זײ פֿאַרױס, און האָט אַרױפֿגעטאָן דעם שטעקן אױפֿן ייִנגלס פּנים, אָבער קײן קָול און קײן הערונג. האָט ער זיך אומגעקערט אים אַנטקעגן, און האָט אים דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: דער ייִנגל האָט זיך ניט אױפֿגעכאַפּט.
32
און אֶלישע איז געקומען אין הױז, ערשט דער ייִנגל איז טױט, אַװעקגעלײגט אױף זײַן בעט.
33
איז ער אַרײַנגעגאַנגען און האָט פֿאַרשלאָסן די טיר הינטער זײ צװײען, און ער האָט מתפּלל געװען צו גאָט.
34
און ער איז אַרױף און האָט זיך געלײגט איבערן קינד, און האָט אַרױפֿגעטאָן זײַן מױל אױף זײַן מױל, און זײַנע אױגן אױף זײַנע אױגן, און זײַנע הענט אױף זײַנע הענט, און ער האָט זיך אױסגעצױגן אױף אים, ביז דער לײַב פֿון ייִנגל איז געװאָרן װאַרעם.
35
און ער האָט זיך אומגעקערט, און איז אומגעגאַנגען אין הױז אײן מאָל אַהין און אײן מאָל אַהער; און ער איז אַרױף און האָט זיך אױסגעצױגן אױף אים; און דער ייִנגל האָט גענאָסן ביז זיבן מאָל, און דער ייִנגל האָט אױפֿגעמאַכט זײַנע אױגן.
36
האָט ער גערופֿן גֵיחזין, און האָט געזאָגט: רוף די דאָזיקע שוּנַמית. האָט ער זי גערופֿן, און זי איז אַרײַנגעקומען צו אים; האָט ער געזאָגט: נעם דײַן זון.
37
איז זי צוגעקומען, און איז געפֿאַלן צו זײַנע פֿיס, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד. און זי האָט גענומען איר זון, און איז אַרױסגעגאַנגען.
38
און אֶלישע האָט זיך אומגעקערט קײן גִלגָל; און אַ הונגער איז געװען אין לאַנד; און די יונגע נבֿיאים זײַנען געזעסן פֿאַר אים; האָט ער געזאָגט צו זײַן יונג: שטעל צו דעם גרױסן טאָפּ, און קאָך אָפּ אַ געקעכטס פֿאַר די יונגע נבֿיאים.
39
איז אײנער אַרױסגעגאַנגען אין פֿעלד קלײַבן קרײַטעכער, און ער האָט געפֿונען אַ פֿעלדבײמל און האָט אָנגעקליבן דערפֿון װילדע אוגערקעס אַ פֿול קלײד זײַנס. און ער איז געקומען און האָט עס אַרײַנגעשניטן אין טאָפּ געקעכטס; װײַל זײ האָבן עס ניט געקענט.
40
האָט מען אַרײַנגעגאָסן די מענטשן צום עסן; און עס איז געװען, װי זײ האָבן געגעסן פֿון דעם געקעכטס, אַזױ האָבן זײ אױסגעשריִען און געזאָגט: טױט איז אין טאָפּ, געטלעכער מאַן. און זײ האָבן ניט געקענט עסן.
41
האָט ער געזאָגט: טאָ ברענגט מעל. און ער האָט אַרײַנגעשאָטן אין טאָפּ, און האָט געזאָגט: גיס אַרײַן פֿאַר די מענטשן, און זאָלן זײ עסן. און קײן שום בײז איז אין טאָפּ ניט געװען.
42
און אַ מאַן איז געקומען פֿון בַעַל-שָלִשָה, און האָט געבראַכט דעם געטלעכן מאַן ברױט פֿון ערשטער תּבֿואה, צװאַנציק גערשטענע ברױטן, און פֿרישע זאַנגען אין זײַן זאַק. האָט ער געזאָגט: גיב די מענטשן און זאָלן זײ עסן.
43
האָט זײַן משרת געזאָגט: װי קען איך דאָס דערלאַנגען פֿאַר הונדערט מאַן? האָט ער געזאָגט: גיב די מענטשן, און זאָלן זײ עסן. װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זײ װעלן עסן און נאָך איבערלאָזן.
44
און ער האָט דערלאַנגט פֿאַר זײ, און זײ האָבן געגעסן און נאָך איבערגעלאָזן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט.