אידיש
1
און עס איז געװען אין נײַנטן יאָר פֿון זײַן מלוכה, אין צענטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, איז געקומערן נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, ער און זײַן גאַנצער חיל, אױף ירושלים, און ער האָט געלעגערט אױף איר, און זײ האָבן געבױט באַלעגערװערק רונד אַרום איר.
2
און די שטאָט איז געװען אין באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך צִדקִיָהו.
3
אין נײַנטן טאָג פֿון [פֿירטן] חודש האָט זיך געשטאַרקט דער הונגער אין שטאָט, און עס איז ניט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד.
4
און די שטאָט איז אײַנגעבראָכן געװאָרן, און אַלע מלחמה-לײַט [זײַנען אַנטלאָפֿן] בײַ נאַכט דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס בײַם מלכס גאָרטן- און די כַּשׂדים זײַנען געװען רונד אַרום דער שטאָט- און [דער מלך] איז אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן.
5
אָבער דער חיל פֿון די כַּשׂדים האָט נאָכגעיאָגט דעם מלך, און זײ האָבן אים אָנגעיאָגט אין די פּלױנען פֿון יריחו; און זײַן גאַנצער חיל איז צעלױפֿן פֿון אים.
6
און זײ האָבן געכאַפּט דעם מלך, און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צום מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה; און מע האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים אַ משפּט.
7
און צִדקִיָהוס זין האָט מען געשאָכטן פֿאַר זײַנע אױגן; און צִדקִיָהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט, און ער האָט אים געשמידט אין קופּערנע קײטן, און געבראַכט קײן בָבֿל.
8
און אין פֿינפֿטן חודש, אין זיבעטן טאָג פֿון חודש- דאָס איז דאָס נײַנצנטע יאָר פֿון מלך נבֿוכַדנֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל- איז געקומען נבֿוזַראַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל, דער קנעכט פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל, קײן ירושלים.
9
און ער האָט פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון גאָט, און דאָס הױז פֿון מלך; אױך אַלע הײַזער פֿון ירושלים, װוּ נאָר אַ הױז פֿון אַ גרױסן מאַן, האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער.
10
און די מױערן פֿון ירושלים רונד אַרום האָט דער גאַנצער חיל פֿון די כַּשׂדים װאָס מיט דעם הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל אײַנגעװאָרפֿן.
11
און דעם רעשט פֿון פֿאָלק װאָס איז געבליבן אין שטאָט, און די אַריבערגעלאָפֿענע װאָס זײַנען אַריבערגעלאָפֿן צו דעם מלך פֿון בָבֿל, און דעם רעשט פֿון המון,
12
האָט נבֿוזַראַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל איבערגעלאָזן פֿאַר װײַנגערטנירער און פֿאַר אַקערלײַט.
13
און די קופּערנע זײַלן װאָס אין הױז פֿון גאָט, און די געשטעלן, און דעם קופּערנעם ים װאָס אין הױז פֿון גאָט, האָבן די כַּשׂדים צעבראָכן, און אַװעקגעטראָגן דאָס קופּער דערפֿון קײן בָבֿל.
14
אױך די טעפּ, און די שופֿלען, און די שנײצמעסערס, און די שאָלן, און אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע פֿלעגט דינען מיט זײ, האָבן זײ צוגענומען.
15
אױך די פֿײַערפֿאַנען, און די שפּרענגבעקנס, װאָס גאָלד, גאָלד, און װאָס זילבער, זילבער, האָט דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל צוגענומען.
16
די צװײ זײַלן, דעם אײן ים, און די געשטעלן, װאָס שלמה האָט געמאַכט פֿאַר גאָטס הױז- דאָס קופּער פֿון אַלע די דאָזיקע כּלים איז ניט געװען אָפּצוּװעגן.
17
אַכצן אײלן איז געװען די הײך פֿון אײן זײַל און אַ קופּערנע קרױן איז געװען אױף אים; און די הײך פֿון דער קרױן איז געװען דרײַ אײלן; און אַ נעצװערק פֿון מילגרױמען זײַנען געװען אױף דער קרױן רונד אַרום, אַלץ פֿון קופּער; און דעס גלײַכן צום צװײטן זײַל, איבער דעם נעצװערק.
18
און דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט גענומען שׂרָיָה דעם כּהן-גדול, און צפֿניָה דעם צװײטן כּהן, און די דרײַ שװעלהיטערס;
19
און פֿון שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז געװען דער אױפֿזעער איבער די מלחמה-לײַט, און פֿינף מענער פֿון די װאָס פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים, װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט, און דעם שרײַבער פֿון דעם חיל-פֿירער װאָס האָט אױפֿגענומען אין חיל דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד, און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט.
20
און נבֿוזַראַדָן דער הױפּט פֿון דעם לײַב-חיל האָט זײ גענומען, און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צו דעם מלך פֿון בָבֿל קײן רִבֿלָה.
21
און דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ געשלאָגן און געטײט אין רִבֿלָה אין לאַנד חַמת. אַזױ איז יהוּדה אַװעק אין גלות פֿון זײַן לאַנד.
22
און דאָס פֿאָלק װאָס איז געבליבן אין לאַנד יהוּדה, װאָס נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט איבערגעלאָזן- איבער זײ האָט ער אױפֿגעזעצט גדַליָהו דעם זון פֿון אַחיקָם דעם זון פֿון שָפֿנען.
23
און װי אַלע הױפּטלײַט פֿון חיל, זײ מיט די מענטשן, האָבן געהערט, אַז דער מלך פֿון בָבֿל האָט אױפֿגעזעצט גדַליָהון, אַזױ זײַנען זײ געקומען צו גדַליָהון קײן מִצפָּה: און יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָהן, און יוֹחָנן דער זון פֿון קָרֵחַן, און שׂרָיָה דער זון פֿון תַּנחוּמתן, פֿון נטוֹפֿה, און יַאזַניָהוּ דער זון פֿון דעם מַעַכָתי, זײ מיט זײערע מענטשן.
24
און גדַליָהו האָט געשװאָרן זײ און זײערע מענטשן, און האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט ניט מורא האָבן פֿאַר די קנעכט פֿון די כַּשׂדים; זיצט אין לאַנד, און דינט דעם מלך פֿון בָבֿל, און אײַך װעט גוט זײַן.
25
אָבער עס איז געװען אין זיבעטן חודש, איז געקומען יִשמָעֵאל דער זון פֿון נתַניָה דעם זון פֿון אֶלישָמָען, פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם, און צען מענטשן מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן גדַליָהון, און ער איז געשטאָרבן; אױך די יהודהער און די כַּשׂדים װאָס זײַנען געװען מיט אים אין מִצפָּה.
26
און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס, און די הױפּטלײַט פֿון חיל, זײַנען אױפֿגעשטאַנען און זײַנען אַװעק קײן מצרים, װאָרום זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר די כַּשׂדים.
27
און עס איז געװען אין זיבן און דרײַסיקסטן יאָר נאָך דעם גלות פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, אין צװעלפֿטן חודש, אין זיבן און צװאַנציקסטן טאָג פֿון חודש, האָט אֶוִיל-מרודַך דער מלך פֿון בָבֿל, אין דעם יאָר װאָס ער איז געװאָרן מלך, אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ פֿון יהוֹיָכין דעם מלך פֿון יהוּדה, פֿון תּפֿיסה.
28
און ער האָט גערעדט צו אים פֿרײַנטלעך, און האָט געשטעלט זײַן שטול איבער די שטולן פֿון די מלכים װאָס בײַ אים אין בָבֿל.
29
און ער האָט אומגעביטן זײַנע תּפֿיסה-קלײדער, און ער האָט געגעסן בײַ אים ברױט תּמיד אַלע טעג פֿון זײַן לעבען.
30
און זײַן אױסקומעניש, אַ שטענדיקע אױסקומעניש, איז אים געגעבן געװאָרן פֿון מלך טאָגטעגלעך אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.