אידיש
1
אין זײַנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל, און יהויָקים איז געװען אַ קנעכט צו אים דרײַ יאָר; דערנאָך האָט ער זיך אָפּגעקערט און האָט װידערשפּעניקט אָן אים.
2
און גאָט האָט אָנגעשיקט אױף אים באַנדעס פֿון כַּשׂדים, און באַנדעס פֿון ארם, און באַנדעס פֿון מואָבֿ, און באַנדעס פֿון די קינדער פֿון עמון; און ער האָט זײ אָנגעשיקט אױף יהוּדה, כּדי עס אונטערצוברענגען, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים.
3
נאָר לױט דעם מױל פֿון גאָט איז דאָס געװען אױף יהוּדה, כּדי זײ אָפּצוטאָן פֿון זײַן פּנים, פֿאַר די זינד פֿון מנשהן, לױט אַלץ װאָס ער האָט געטאָן.
4
און אױך פֿאַר דעם אומשולדיקן בלוט װאָס ער האָט פֿאַרגאָסן, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושלים מיט אומשולדיק בלוט; און גאָט האָט ניט געװאָלט פֿאַרגעבן.
5
און די איבעריקע זאַכן װעגן יהויָקימען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
6
און יהויָקים האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון יהוֹיָכין איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
7
און דער מלך פֿון מצרים איז מער װידער ניט אַרױסגעגאַנגען פֿון זײַן לאַנד, װאָרום דער מלך פֿון בָבֿל האָט צוגענומען, פֿון דעם באַך פֿון מצרים ביז דעם טײַך פּרת, אַלץ װאָס געהערט צום מלך פֿון מצרים.
8
אַכצן יאָר איז יהוֹיָכין אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נחוּשתּאָ די טאָכטער פֿון אֶלנָתָנען, פֿון ירושלים.
9
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן.
10
אין יענער צײַט זײַנען די קנעכט פֿון נבֿוכַדנֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושלים, און די שטאָט איז געקומען אין באַלעגערונג.
11
און נבֿוכַדנֶאצַר דער מלך פֿון בָבֿל איז געקומען אױף דער שטאָט, בעת זײַנע קנעכט האָבן געלעגערט אױף איר.
12
איז יהוֹיָכין דער מלך פֿון יהוּדה אַרױסגעגאַנגען צו דעם מלך פֿון בָבֿל, ער, און זײַן מוטער, און זײַנע קנעכט, און זײַנע האַרן, און זײַנע הױפֿדינער; און דער מלך פֿון בָבֿל האָט אים אַװעקגענומען אין אַכטן יאָר פֿון זײַן מלוכה.
13
און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן אַלע אוֹצרות פֿון גאָטס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; און ער האָט צעהאַקט אַלע גילדערנע כּלים װאָס שלמה דער מלך פֿון ישׂראל האָט געמאַכט אין דעם טעמפּל פֿון גאָט- אַזױ װי גאָט האָט אָנגעזאָגט.
14
און ער האָט פֿאַרטריבן גאַנץ ירושלים, און אַלע האַרן, און אַלע העלדישע גִבורים, צען טױזנט געפֿאַנגענע, און אַלע מײַנסטערס און שלעסערס; קײנער איז ניט געבליבן אחוץ די אָרימסטע פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד;
15
און ער האָט פֿאַרטריבן יהוֹיָכינען קײן בָבֿל; אױך דעם מלכס מוטער, און דעם מלכס װײַבער, און זײַנע הױפֿדינער, און די פּנֵי פֿון לאַנד, האָט ער אַװעקגעפֿירט אין גלות פֿון ירושלים קײן בָבֿל.
16
און אַלע חילס-לײַט, זיבן טױזנט, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, טױזנט, אַלע, גִבורים װאָס טױגן צו מלחמה, זײ האָט דער מלך פֿון בָבֿל געבראַכט אין גלות קײן בָבֿל.
17
און דער מלך פֿון בָבֿל האָט געמאַכט פֿאַר מלך אָנשטאָט אים זײַן פֿעטער מַתַּניָהן, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף צִדקִיָהו.
18
אײן און צװאַנציק יאָר איז צִדקִיָהו אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל די טאָכטער פֿון יִרמיָהון, פֿון לִבֿנָה.
19
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי אַלץ װאָס יהויָקים האָט געטאָן.
20
פֿאַר װאָר, פֿון װעגן דעם צאָרן פֿון גאָט איז דאָס געשען אױף ירושלים און יהוּדה, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים. און צִדקִיָהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון בָבֿל.