אידיש
1
צװעלף יאָר איז מנשה אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און פֿופֿציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חֶפֿצי-בֿה.
2
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
3
און ער האָט אָפּגעבױט די בָמות װאָס זײַן פֿאָטער חִזקִיָהו האָט צעשטערט, און ער האָט אױפֿגעשטעלט מזבחות צו בַעַל, און האָט געמאַכט אַן אַשֵרָה, און װי אַחאבֿ דער מלך פֿון ישׂראל האָט געטאָן, און ער האָט זיך געבוקט צום גאַנצן חיל פֿון הימל, און זײ געדינט.
4
און ער האָט געבױט מזבחות אין הױז פֿון גאָט, װאָס גאָט האָט געזאָגט: אין ירושלים װעל איך טאָן מײַן נאָמען.
5
און ער האָט געבױט מזבחות צום גאַנצן חיל פֿון הימל אין בײדע הױפֿן פֿון גאָטס הױז.
6
און ער האָט געמאַכט דורכגײן זײַן זון דורכן פֿײַער, און האָט געברױכט צײכנזעערײַ און געצױבערט, און אײַנגעשאַפֿט גײַסטערזעער און טױטנבאַשװערער; ער האָט געמערט צו טאָן שלעכטס אין די אױגן פֿון גאָט, צו דערצערענען.
7
און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם געץ פֿון דער אַשֵרָה װאָס ער האָט געמאַכט, אין דעם הױז װאָס גאָט האָט געזאָגט צו דָוִדן און צו זײַן זון שלמהן: אין דעם דאָזיקן הױז און אין ירושלים װאָס איך האָב אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל, װעל איך טאָן מײַן נאָמען אױף אײביק,
8
און איך װעל מער ניט פֿאַרװאָגלען דעם פֿוס פֿון ישׂראל פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן, אױב זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן, און לױט דער גאַנצער תּורה װאָס מײַן קנעכט משה האָט זײ באַפֿױלן.
9
אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט; און מנשה האָט זײ פֿאַרפֿירט צו טאָן מער שלעכטס װי די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
10
און גאָט האָט גערעדט דורך זײַנע קנעכט די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן:
11
װײַל מנשה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געטאָן די דאָזיקע אומװערדיקײטן, איז באַגאַנגען ערגערס װי אַלץ װאָס די אמורים װאָס פֿאַר אים האָבן געטאָן, און האָט אױך געמאַכט זינדיקן יהוּדה מיט זײַנע אָפּגעטער,
12
דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך ברענג אַן אומגליק אױף ירושלים אין יהוּדה, אַז איטלעכער װאָס הערט עס, װעלן קלינגען זײַנע בײדע אױערן.
13
און איך װעל ציִען אױף ירושלים די מעסטשנור פֿון שומרון, און די װאָגשנור פֿון אַחאבֿס הױז; און איך װעל אױסװישן ירושלים, אַזױ װי מע װישט אױס אַ שיסל, אױסגעװישט און אומגעקערט אױף איר פּנים.
14
און איך װעל אַװעקװאַרפֿן דעם איבערבלײַב פֿון מײַן אַרב, און װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿײַנט, און זײ װעלן זײַן צו רױב און צו אױסרױבונג פֿאַר אַלע זײערע פֿײַנט.
15
װײַל זײ האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין מײַנע אױגן, און האָבן מיך דערצערנט פֿון דעם טאָג װאָס זײערע עלטערן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים און ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
16
און אױך אומשולדיק בלוט האָט מנשה פֿאַרגאָסן זײער פֿיל, ביז ער האָט אָנגעפֿילט ירושלים פֿון עק צו עק; אחוץ זײַן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יהוּדה, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט.
17
און די איבעריקע זאַכן װעגן מנשהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
18
און מנשה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין דעם גאָרטן פֿון זײַן הױז, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון אָמוֹן איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
19
צװײ און צװאַנציק יאָר איז אָמוֹן אַלט געװען. אַז ער איז געװאָרן מלך, און צװײ יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען משולֶמֶת די טאָכטער פֿון חָרוצן, פֿון יָטבֿה.
20
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אַזױ װי זײַן פֿאָטער מנשה האָט געטאָן.
21
און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג װאָס זײַן פֿאָטער איז געגאַנגען, און ער האָט געדינט די אָפּגעטער װאָס זײַן פֿאָטער האָט געדינט, און האָט זיך צו זײ געבוקט.
22
און ער האָט פֿאַרלאָזן יהוה דעם גאָט פֿון זײַנע עלטערן, און איז ניט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון יהוה.
23
און די קנעכט פֿון אָמוֹנען האָבן געמאַכט אַ בונט אױף אים, און האָבן געטײט דעם מלך אין זײַן הױז.
24
און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט דערשלאָגן אַלע װאָס האָבן געמאַכט דעם בונט אױף דעם מלך אָמוֹן. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געמאַכט זײַן זון יֹאשִיָהון פֿאַר מלך אױף זײַן אָרט.
25
און די איבעריקע זאַכן פֿון אָמוֹנען װאָס ער האָט געטאָן, זײ זײַנען שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
26
און מע האָט אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר, אין דעם גאָרטן פֿון עוּזאָן. און זײַן זון יֹאשִיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.