אידיש
1
אין יענע טעג איז חִזקִיָהו קראַנק געװאָרן צום שטאַרבן; איז צו אים געקומען ישַעיָהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן, און האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: מאַך דײַן צַװָאֶה װעגן דײַן הױזגעזינט, װאָרום דו שטאַרבסט, און װעסט ניט גענעזן װערן.
2
האָט ער אומגעדרײט זײַן פּנים צו דער װאַנט, און האָט מתפּלל געװען צו גאָט, אַזױ צו זאָגן:
3
איך בעט דיך, גאָט, געדענק װי איך בין געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת, און מיט אַ גאַנצן האַרצן, און װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן. און חִזקִיָהו האָט געװײנט אַ גרױס געװײן.
4
און עס איז געװען, װען ישַעיָהו איז נאָך ניט געװען אַרױסגעגאַנגען פֿון דעם מיטלסטן הױף, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן:
5
קער זיך אום, און זאָלסט זאָגן צו חִזקִיָהו דעם פֿירשט פֿון מײַן פֿאָלק: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדן: איך האָב געהערט דײַן תּפֿילה, איך האָב געזען דײַן טרער; זע, איך הײל דיך; אױפֿן דריטן טאָג װעסטו אַרױפֿגײן אין הױז פֿון גאָט.
6
און איך װעל צולײגן צו דײַנע טעג פֿופֿצן יאָר, און פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור װעל איך דיך און די דאָזיקע שטאָט מציל זײַן, און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט פֿון מײַנעט װעגן און פֿון מײַן קנעכט דָוִדס װעגן.
7
און ישַעיָהו האָט געזאָגט: נעם געפּרעסטע פֿײַגן. און זײ האָבן גענומען און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן אױסשלאַג, און ער איז גענעזן געװאָרן.
8
און חִזקִיָהו האָט געזאָגט צו ישַעיָהון: װאָס איז דער צײכן אַז גאָט װעט מיך הײלן, און איך װעל אַרױפֿגײן אױפֿן דריטן טאָג אין הױז פֿון גאָט?
9
האָט ישַעיָהו געזאָגט: דאָס װעט דיר זײַן דער צײכן פֿון גאָט, אַז גאָט װעט טאָן די זאַך װאָס ער האָט גערעדט: זאָל דער שאָטן גײן צען שטאַפּלען װײַטער, אָדער זיך אומקערן צען שטאַפּלען?
10
האָט יחִזקִיָהו געזאָגט: גרינג איז דעם שאָטן זיך אַראָפּצוגײן צען שטאַפּלען; נײן, נײַערט דער שאָטן זאָל זיך אומקערן אױף צוריק צען שטאַפּלען.
11
האָט ישַעיָהו הנבֿיא גערופֿן צו גאָט, און ער האָט אומגעקערט דעם שאָטן צען שטאַפּלען צוריק אױף די שטאַפּלען װאָס ער האָט געהאַט אַראָפּגענידערט אױף די שטאַפּלען פֿון אָחָזן.
12
אין יענער צײַט האָט ברֹאדַך-באַלְאַדָן דער זון פֿון באַלְאַדָנען, דער מלך פֿון בָבֿל, געשיקט אַ בריװ און אַ מתּנה צו חִזקִיָהון, װאָרום ער האָט געהערט אַז חִזקִיָהו איז געװען קראַנק.
13
און חִזקִיָהו האַט זײ צוגעהערט, און ער האָט זײ געװיזן זײַן גאַנץ שאַצהױז, דאָס זילבער און דאָס גאָלד, און די בשׂמים, און דאָס גוטע אײל, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַנע װאַפֿן, און אַלץ װאָס האָט זיך געפֿונען אין זײַנע שאַצקאַמערן; ניט געװען אַ זאַך אין זײַן הױז, און אין זײַן גאַנצער געװעלטיקײט, װאָס חִזקִיָהו האָט זײ ניט געװיזן.
14
איז ישַעיָהו הנבֿיא געקומען צום מלך יחִזקִיָהו, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָבן די דאָזיקע מענטשן געזאָגט? און פֿון װאַנען קומען זײ צו דיר? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: פֿון אַ װײַטן לאַנד זײַנען זײ געקומען, פֿון בָבֿל.
15
האָט ער געזאָגט: װאָס האָבן זײ געזען אין דײַן הױז? האָט חִזקִיָהו געזאָגט: אַלץ װאָס איז אין מײַן הױז האָבן זײ געזען: ניט געװען אַ זאַך אין מײַנע שאַצקאַמערן װאָס איך האָב זײ ניט געװיזן.
16
האָט ישַעיָהו געזאָגט צו חִזקִיָהון: הער דאָס װאָרט פֿון גאָט:
17
זע, טעג קומען, און אַלץ װאָס אין דײַן הױז, און װאָס דײַנע עלטערן האָבן אָנגעקליבן ביז הײַנטיקן טאָג, װעט אַװעקגעטראָגן װערן קײן בָבֿל; קײן זאַך װעט ניט איבערבלײַבן, זאָגט גאָט.
18
און פֿון דײַנע זין װאָס װעלן אַרױסגײן פֿון דיר, װאָס דו װעסט געבערן, װעט מען נעמען, און זײ װעלן זײַן הױפֿדינער אין פּאַלאַץ פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל.
19
האָט חִזקִיָהו געזאָגט צו ישַעיָהון: גוט איז דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס דו האָסט גערעדט. און ער האָט געזאָגט. פֿאַר װאָר, אױב שלום און זיכערקײט װעט זײַן אין מײַנע טעג!
20
און די איבעריקע זאַכן װעגן חִזקִיָהון, און זײַן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט, און װי ער האָט געמאַכט דעם טײַך און דעם גראָבן, און אַרײַנגעבראַכט װאַסער אין שטאָט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
21
און חִזקִיָהו האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון מנשה איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.