אידיש
1
אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אָחָז דעם מלך פֿון יהוּדה, איז הוֹשֵעַ דער זון פֿון אֵלָהן געװאָרן מלך אין שומרון איבער ישׂראל, [און האָט געקיניגט] נײַן יאָר.
2
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, נאָר ניט אַזױ װי די מלכים פֿון ישׂראל װאָס זײַנען געװען פֿאַר אים.
3
אױף אים איז אַרױפֿגעגאַנגען שַלמַנאֶסֶר דער מלך פֿון אשור, און הוֹשֵעַ איז געװאָרן אַ קנעכט צו אים, און אים געצאָלט אָפּגאָב.
4
און דער מלך פֿון אשור האָט אױסגעפֿונען אין הוֹשֵעַן אַ בונט, װײַל ער האָט געשיקט שלוחים צו סוֹא דעם מלך פֿון מצרים, און האָט ניט אַרױפֿגעבראַכט אָפּגאָב צו דעם מלך פֿון אשור אַזױ װי יאָר אין יאָר. און דער מלך פֿון אשור האָט אים פֿאַרהאַלטן, און האָט אים אַרײַנגעשפּאַרט אין תּפֿיסה.
5
און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד, און איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף שומרון, און האָט געלעגערט אױף איר דרײַ יאָר.
6
אין נײַנטן יאָר פֿון הוֹשֵעַן האָט דער מלך פֿון אשור באַצװוּנגען שומרון, און האָט פֿאַרטריבן ישׂראל קײן אשור, און זײ באַזעצט אין חַלַח, און אין חָבֿור, בײַם טײַך גוֹזָן, און אין די שטעט פֿון מָדַי.
7
און דאָס איז געשען װײַל די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזינדיקט צו יהוה זײער גאָט װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים, פֿון אונטער דער האַנט פֿון פּרעה דעם מלך פֿון מצרים, און זײ האָבן געפֿאָרכט פֿרעמדע געטער.
8
און זײ זײַנען געגאַנגען אין די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; דעס גלײַכן די מלכים פֿון ישׂראל, װאָס זײ האָבן געמאַכט.
9
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן צוגעטראַכט זאַכן װאָס ניט ריכטיק צו יהוה זײער גאָט, און זײ האָבן זיך געבױט בָמות אין אַלע זײערע שטעט, פֿון אַ װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט.
10
און זײ האָבן זיך אױפֿגעשטעלט זײַלשטײנער און געצנשטאַנגען אױף יעטװעדער הױכן בערגל און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם.
11
און זײ האָבן דאָרטן גערײכערט אױף אַלע בָמות, אַזױ װי די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ; און זײ האָבן געטאָן שלעכטע זאַכן צו דערצערענען גאָט.
12
און זײ האָבן געדינט די אָפּגעטער, װאָס גאָט האָט זײ אָנגעזאָגט: איר זאָלט ניט טאָן די דאָזיקע זאַך.
13
און גאָט האָט געװאָרנט ישׂראל און יהוּדה דורך איטלעכן נבֿיא, איטלעכן זעער, אַזױ צו זאָגן: קערט אײַך אום פֿון אײַערע שלעכטע װעגן, און היט מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן, לױט דער גאַנצער תּורה װאָס איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן, און װאָס איך האָב געשיקט צו אײַך דורך מײַנע קנעכט, די נבֿיאים.
14
אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן, אַזױ װי דער נאַקן פֿון זײערע עלטערן װאָס האָבן ניט געגלױבט אין יהוה זײער גאָט.
15
און זײ האָבן פֿאַראַכט זײַנע געזעצן און זײַן בונד װאָס ער האָט געשלאָסן מיט זײערע עלטערן, און זײַנע װאָרענישן װאָס ער האָט זײ געװאָרנט, און זײ זײַנען געגאַנגען נאָך נישטיקײט און געװאָרן נישטיק, און נאָך די פֿעלקער װאָס רונד אַרום זײ, װאָס גאָט האָט זײ באַפֿױלן ניט צו טאָן אַזױ װי זײ.
16
און זײ האָבן פֿאַרלאָזן אַלע געבאָט פֿון יהוה זײער גאָט, און האָבן זיך געמאַכט געגאָסענע געצן – צװײ קעלבער, און געמאַכט אַן אַשֵרָה, און זיך געבוקט צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, און געדינט בַעַל.
17
און זײ האָבן געמאַכט דורכגײן זײערע זין און זײערע טעכטער דורכן פֿײַער, און האָבן געברױכט װאָרזאָגערײַ און געצױבערט, און זיך אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, אים צו דערצערענען.
18
און גאָט האָט זײער געצערנט אױף ישׂראל, און ער האָט זײ אָפּגעטאָן פֿון זײַן פּנים; עס איז ניט געבליבן אחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן.
19
האָט אױך יהוּדה ניט געהיט די געבאָט פֿון יהוה זײער גאָט, און זײ זײַנען געגאַנגען אין די געזעצן פֿון ישׂראל, װאָס יענע האָבן געמאַכט.
20
און גאָט האָט פֿאַראַכט דעם גאַנצן זאָמען פֿון ישׂראל, און ער האָט זײ געפּײַניקט, און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון אױסרױבער, ביז ער האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון זײַן פּנים.
21
װאָרום אַז ער האָט אָפּגעריסן ישׂראל פֿון דעם הױז פֿון דוד, און זײ האָבן געמאַכט פֿאַר אַ מלך יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, האָט יָרָבֿעָם אָפּגעפֿירט ישׂראל פֿון הינטער גאָט, און ער האָט זײ געמאַכט זינדיקן אַ גרױסע זינד.
22
און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען אין אַלע זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געטאָן; זײ האָבן זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון.
23
ביז גאָט האָט אָפּגעטאָן ישׂראל פֿון זײַן פּנים, אַזױ װי ער האָט גערעדט דורך אַלע זײַנע קנעכט די נבֿיאים, און ישׂראל איז פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון זײַן ערד קײן אשור אױף הײַנטיקן טאָג.
24
און דער מלך פֿון אשור האָט געבראַכט מענטשן פֿון בָבֿל, און פֿון כּוּתָה, און פֿון עַוָא, און פֿון חַמת, און פֿון ספֿרוַיִם, און באַזעצט אין די שטעט פֿון שומרון אָנשטאָט די קינדער פֿון ישׂראל. און זײ האָבן געאַרבט שומרון, און זײַנען געזעסן אין אירע שטעט.
25
און עס איז געװען אין אָנהײב פֿון זײער זיצן דאָרטן, האָבן זײ ניט געפֿאָרכט יהוה, און יהוה האָט אָנגעשיקט אױף זײ לײבן, און זײ פֿלעגן אױסהרגען צװישן זײ.
26
האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך פֿון אשור, אַזױ צו זאָגן: די פֿעלקער װאָס דו האָסט אַװעקגעפֿירט, און באַזעצט אין די שטעט פֿון שומרון, װײסן ניט דעם שטײגער פֿון דעם גאָט פֿון לאַנד; דרום האָט ער אָנגעשיקט אױף זײ לײבן, און זע, זײ טײטן זײ, אַזױ װי זײ װײסן ניט דעם שטײגער פֿון דעם גאָט פֿון לאַנד.
27
האָט דער מלך פֿון אשור באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: פֿירט אַװעק אַהין אײנעם פֿון די כּהנים װאָס איר האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן; און זאָלן זײ גײן און זיך באַזעצן דאָרטן, און ער זאָל זײ לערנען דעם שטײגער פֿון דעם גאָט פֿון לאַנד.
28
איז געקומען אײנער פֿון די כּהנים װאָס מע האָט געהאַט פֿאַרטריבן פֿון שומרון, און ער האָט זיך באַזעצט אין בֵית-אֵל, און האָט זײ געלערנט װי זײ זאָלן פֿאָרכטן יהוה.
29
אָבער איטלעך פֿאָלק פֿלעגט אױך מאַכן זײַנע אײגענע געטער, און זײ האָבן זײ אַװעקגעשטעלט אין די הײַזער פֿון די בָמות װאָס די שומרונים האָבן געמאַכט; איטלעך פֿאָלק אין זײערע שטעט װאָס זײ זײַנען דאָרטן געזעסן.
30
און די מענטשן פֿון בָבֿל האָבן געמאַכט סוכּות-בנוֹת, און די מענטשן פֿון כּוּת האָבן געמאַכט נֵרגַל, און די מענטשן פֿון חַמת האָבן געמאַכט אַשימאָ
31
און די עַוִים האָבן געמאַכט נִבֿחַז און תַּרתָּק, און די ספֿרוַיִם האָבן פֿאַרברענט זײערע קינדער אין פֿײַער צו אַדרַמֶלֶך און עַנַמֶלֶך, די געטער פֿון ספֿרוַיִם.
32
דערבײַ פֿלעגן זײ פֿאָרכטן יהוה, און זײ האָבן זיך געמאַכט פֿון צװישן זיך כּהנים פֿון בָמות, װאָס פֿלעגן מקריבֿ זײַן פֿאַר זײ אין די הײַזער פֿון די בָמות.
33
יהוה פֿלעגן זײ פֿאָרכטן, אָבער זײערע געטער פֿלעגן זײ דינען, אַזױ װי דער שטײגער פֿון די פֿעלקער װאָס מע האָט זײ פֿון דאָרטן אַװעקגעפֿירט.
34
ביז אױף הײַנטיקן טאָג טוען זײ אַזױ װי די פֿריִערדיקע שטײגערס; זײ פֿאָרכטן ניט [אין גאַנצן] יהוה, און זײ טוען ניט אַזױ װי זײערע חוקים און װי זײער געזעץ, און אַזױ װי די תּורה און װי דאָס געבאָט װאָס גאָט האָט געבאָטן די קינדער פֿון יעקבֿ, װאָס ער האָט געמאַכט זײַן נאָמען ישׂראל;
35
װאָס גאָט האָט מיט זײ געשלאָסן אַ בונד, און האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: ״איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער, און איר זאָלט זיך ניט בוקן צו זײ, און זײ ניט דינען, און ניט שלאַכטן צו זײ.
36
נײַערט יהוה װאָס האָט אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים מיט גרױס שטאַרקײט, און מיט אַן אױסגעשטרעכטן אָרעם, אים זאָלט איר פֿאָרכטן, און צו אים זאָלט איר זיך בוקן, און צו אים זאָלט איר שלאַכטן.
37
און די חוקים און די געזעצן, און די תּורה און דאָס געבאָט, װאָס ער האָט פֿאַר אײַך געשריבן, זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע טאָג; און איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער.
38
און דעם בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אײַך, זאָלט איר ניט פֿאַרגעסן; און איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער.
39
נײַערט יהוה אײַער גאָט זאָלט איר פֿאָרכטן, און ער װעט אײַך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון אַלע אײַערע פֿײַנט״.
40
אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט, נײַערט זײ טוען אַזױ װי זײער פֿריִערדיקער שטײגער.
41
און די דאָזיקע פֿעלקער פֿלעגן פֿאָרכטן יהוה, אָבער זײערע געצן פֿלעגן זײ דינען; דעס גלײַכן זײערע קינדער און זײערע קינדסקינדער – אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געטאָן, אַזױ טוען זײ ביז אױף הײַנטיקן טאָג.