אידיש
1
און װי עַתַליָה די מוטער פֿון אַחַזיָהון האָט געזען אַז איר זון איז טױט, אַזױ איז זי אױפֿגעשטאַנען, און האָט אומגעבראַכט דעם גאַנצן קיניגלעכן אָפּשטאַם.
2
האָט יהוֹשֶבֿע די טאָכטער פֿון מלך יוֹרָם, אַחַזיָהס שװעסטער, גענומען יוֹאָש דעם זון פֿון אַחַזיָהן, און האָט אים אַרױסגעגנבֿעט פֿון צװישן דעם מלכס קינדער װאָס האָבן געזאָלט געטײט װערן, אים און זײַן אַם, אין אַ שלאָפֿקאַמער; און מע האָט אים באַהאַלטן פֿון עַתַליָהון, און ער איז ניט געטײט געװאָרן.
3
און ער איז געװען באַהאַלטן בײַ איר אין הױז פֿון גאָט זעקס יאָר. און עַתַליָה האָט געקיניגט איבערן לאַנד.
4
און אױפֿן זיבעטן יאָר האָט יהוֹיָדָע געשיקט און האָט גענומען די הױפּטלײַט איבער די הונדערטן, פֿון די כָּרים און פֿון די לױפֿערס, און ער האָט זײ געבראַכט צו זיך אין הױז פֿון גאָט, און ער האָט מיט זײ געשלאָסן אַ בונד, און האָט זײ באַשװאָרן אין הױז פֿון גאָט, און זײ געװיזן דעם מלכס זון.
5
און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן: אַ דריטל פֿון אײַך, די װאָס קומען אַרײַן שבת און היטן די היטונג פֿון דעם מלכס הױז –
6
נאָך אַ דריטל איז געװען בײַם טױער סור, און אַ דריטל בײַם טױער הינטער די לױפֿערס – זאָלט היטן די היטונג פֿון פּאַלאַץ פֿאַר אַן אָפּצאַם.
7
און צװײ טײלן פֿון אײַך, אַלע װאָס גײען אַרױס שבת, זאָלן היטן די היטונג פֿון גאָטס הױז אַרום דעם מלך.
8
און איר זאָלט אַרומרינגלען דעם מלך רונד אַרום, איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט. און װער עס קומט אַרײַן אין די רײען, זאָל געטײט װערן. און זײַט מיט דעם מלך בײַ זײַן אַרױסגײן און בײַ זײַן אַרײַנגײן.
9
האָבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָדָע דער כּהן האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן גענומען איטלעכער זײַנע מענטשן, די װאָס קומען אַרײַן שבת, מיט די װאָס גײען אַרױס שבת, און זײ זײַנען געקומען צו יהוֹיָדָע דעם כּהן.
10
און דער כּהן האָט געגעבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די שילדן װאָס פֿון מלך דוד, װאָס אין הױז פֿון גאָט.
11
און די לױפֿערס האָבן זיך געשטעלט איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז ביז דער לינקער זײַט פֿון הױז, בײַם מזבח, און בײַם הױז, לעבן מלך רונד אַרום.
12
און ער האָט אַרױסגעפֿירט דעם מלכס זון, און האָט אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די [קיניגלעכע] צײכנס; און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך, און האָבן אים געזאַלבט; און זײ האָבן געקלאַפּט די הענט, און געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך!
13
און עַתַליָה האָט געהערט דעם קָול פֿון די לױפֿערס און דעם פֿאָלק, און זי איז געקומען צו דעם פֿאָלק אין הױז פֿון גאָט.
14
און זי האָט געזען, ערשט דער מלך שטײט אױף דער בימה, אַזױ װי דער שטײגער, און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך, און בלאָזט אין טרומײטן; האָט עַתַליָה צעריסן אירע קלײדער, און האָט אַרױסגערופֿן: אַ בונט! אַ בונט!
15
האָט יהוֹיָדָע דער כּהן באַפֿױלן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, די אױפֿזעער פֿון חיל, און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿירט זי אַרױס ביז אינעװײניק פֿון די רײען; און דעם װאָס גײט איר נאָך, טײט מיטן שװערד. װאָרום דער כּהן האָט געזאָגט: זי זאָל ניט געטײט װערן אין הױז פֿון גאָט.
16
האָבן זײ געמאַכט פֿאַר איר אָרט, און זי איז אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם פֿערדאײַנגאַנג אין מלכס הױז, און איז דאָרטן געטײט געװאָרן.
17
און יהוֹיָדָע האָט געשלאָסן אַ בונד צװישן יהוה און צװישן דעם מלך און דעם פֿאָלק, צו זײַן דאָס פֿאָלק פֿון יהוה; אױך צװישן דעם מלך און צװישן דעם פֿאָלק.
18
און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בַעַל, און זײ האָבן עס אײַנגעװאָרפֿן; זײַנע מזבחות און זײַנע בילדער האָבן זײ גוט צעבראָכן, און מַתּן דעם כּהן פֿון בַעַל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות. און דער כּהן האָט געמאַכט אױפֿזעער איבער דעם הױז פֿון גאָט.
19
און ער האָט גענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די כָּרים, און די לױפֿערס, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, און זײ האָבן אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון גאָטס הױז, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם טױער פֿון די לױפֿערס אין מלכס הױז. און ער האָט זיך געזעצט אױפֿן טראָן פֿון די מלכים.
20
און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד האָט זיך געפֿרײט, און די שטאָט איז געװען רויִק. און עַתַליָהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד אין מלכס הױז.