אידיש
1
און שלמה האָט געװעלטיקט איבער אַלע קיניגרײַכן, פֿון דעם טײַך ביז דעם לאַנד פֿון די פּלשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מצרים. זײ האָבן געבראַכט אָפּגאָב, און געדינט דעם מלך שלמה אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.
2
און די שפּײַזונג פֿון שלמהן פֿאַר אײן טאָג איז געװען דרײַסיק כּור זעמלמעל, און זעכציק כּור גראָבע מעל,
3
צען פֿעטע רינדער, און צװאַנציק רינדער פֿון דער פֿיטער, און הונדערט שאָף, אחוץ הינדן, און הירשן, און דאַמהירשן, און געשטאָפּטע קאַפּהענער.
4
װאָרום ער האָט געװעלטיקט איבער גאַנץ דער זײַט טײַך, פֿון תִּפֿסַח און ביז עזָה, איבער אַלע מלכים פֿון דער זײַט טײַך; און ער האָט געהאַט שלום פֿון אַלע זײַנע זײַטן רונד אַרום.
5
און יהוּדה און ישׂראל זײַנען געזעסן אין זיכערקײט, איטלעכער אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם, פֿון דָן ביז באֵר-שֶבֿע, אַלע טעג פֿון שלמהן.
6
און שלמה האָט געהאַט פֿערציק טױזנט שטאַלן פֿערד פֿאַר זײַנע רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער.
7
און יענע געשטעלטע פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך שלמה, און איטלעכן װאָס גענענט צום טיש פֿון מלך שלמה, איטלעכער אין זײַן חודש; זײ פֿלעגן ניט פֿאַרפֿעלן קײן זאַך.
8
אױך גערשטן און שטרױ פֿאַר די פֿערד און פֿאַר די יאָגפֿערד פֿלעגן זײ ברענגען אין דעם אָרט װוּהין עס האָט געהערט, איטלעכער לױט װי ער האָט געדאַרפֿט.
9
און גאָט האָט געגעבן שלמהן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט זײער פֿיל, און ברײטקײט פֿון גײַסט אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים.
10
און שלמהס חכמה איז געװען גרעסער פֿון דער חכמה פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח, און פֿון אַל דער חכמה פֿון מצרים.
11
און ער איז געװען קליגער פֿון אַלע מענטשן, פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי, און הֵימָן, און כַּלכּול, און דַרדע, די זין פֿון מָחולן. און ער האָט געהאַט אַ שֶם צװישן אַלע פֿעלקער רונד אַרום.
12
און ער האָט געזאָגט דרײַ טױזנט משלים. און זײַנע לידער זײַנען געװען טױזנט מיט פֿינף.
13
און ער האָט גערעדט איבער בײמער, פֿון דעם צעדער װאָס אין לבֿנון און ביז דעם אֵזובֿ װאָס װאַקסט אַרױס פֿון װאַנט. און ער האָט גערעדט איבער בהמות, און איבער פֿױגלען, און איבער שרצים, און איבער פֿישן.
14
און פֿון אַלע אומות איז מען געקומען הערן שלמהס חכמה – פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד װאָס האָבן געהערט פֿון זײַן חכמה.
15
און חירָם דער מלך פֿון צור האָט געשיקט זײַנע קנעכט צו שלמהן, װאָרום ער האָט געהערט אַז מע האָט אים געזאַלבט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט; װײַל אַ גוטער פֿרײַנט איז חירָם געװען דָוִדן אַלע טעג.
16
האָט שלמה געשיקט צו חירָמען, אַזױ צו זאָגן:
17
דו האָסט געקענט מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַז ער האָט ניט געקאָנט בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון יהוה זײַן גאָט פֿון װעגן די מלחמות װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, ביז יהוה האָט זײ געגעבן אונטער די טריט פֿון מײַנע פֿיס.
18
און אַצונד האָט יהוה מײַן גאָט מיך באַרוט פֿון רונד אַרום; ניטאָ קײן שטער און קײן בײז באַגעגעניש.
19
און אָט טראַכט איך צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון יהוה מײַן גאָט, אַזױ װי יהוה האָט גערעדט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דײַן זון װאָס איך װעל געבן אױף דײַן טראָן אױף דײַן אָרט, ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען,
20
און אַצונד, באַפֿעל מע זאָל אױסהאַקן פֿאַר מיר צעדערן פֿון לבֿנון, און מײַנע קנעכט װעלן זײַן מיט דײַנע קנעכט; און דעם לױן פֿון דײַנע קנעכט װעל איך דיר געבן װיפֿיל דו װעסט זאָגן: װאָרום דו װײסט אַז צװישן אונדז איז ניטאָ קײנער װאָס פֿאַרשטײט צו האַקן האָלצן אַזױ װי די צידונים.
21
און עס איז געװען, װי חירָם האָט געהערט די װערטער פֿון שלמהן, אַזױ האָט ער זיך זײער דערפֿרײט, און ער האָט געזאָגט: געלױבט איז יהוה הײַנט, װאָס ער האָט געגעבן דָוִדן אַ קלוגן זון איבער דעם דאָזיקן גרױסן פֿאָלק.
22
און חירָם האָט געשיקט צו שלמהן, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געהערט װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר; איך װעל טאָן אַל דײַן פֿאַרלאַנג, אין צעדערהאָלץ און אין ציפּרעסנהאָלץ.
23
מײַנע קנעכט װעלן זײ אַראָפּנידערן פֿון לבֿנון צום ים, און איך װעל זײ מאַכן אין פּליטן צו גײן מיטן ים ביז דעם אָרט װאָס דו װעסט מיר אָנװײַזן, און דאָרטן װעל איך זײ פֿאַנאַנדעררײַסן, און דו װעסט זײ אַװעקנעמען. און דו װעסט טאָן מײַן פֿאַרלאַנג צו געבן ברױט פֿאַר מײַן הױז.
24
און חירָם האָט געגעבן שלמהן צעדערהאָלץ און ציפּרעסנהאָלץ לױט אַל זײַן פֿאַרלאַנג.
25
און שלמה האָט געגעבן חירָמען צװאַנציק טױזנט כּור װײץ, שפּײַז פֿאַר זײַן הױז, און צװאַנציק כּור געשלאָגענע אײל. אַזױ פֿלעגט שלמה געבן חירָמען יאָר אין יאָר.
26
און גאָט האָט געגעבן שלמהן חכמה אַזױ װי ער האָט אים געזאָגט. און עס איז געװען שלום צװישן חירָמען און צװישן שלמהן; און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד.
27
און דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען אַ צינדז פֿון גאַנץ ישׂראל, און דער צינדז איז געװען דרײַסיק טױזנט מאַן.
28
און ער האָט זײ געשיקט אױפֿן לבֿנון צו צען טױזנט מאַן אַ חודש, געביטן: אײן חודש פֿלעגן זײ זײַן אױפֿן לבֿנון צװײ חדשים אין דער הײם. און אַדוֹנירם איז געװען איבער דעם צינדז.
29
און שלמה האָט געהאַט זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער, און אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג.
30
אחוץ שלמהס איבערגעשטעלטע װאָס איבער דער אַרבעט, דרײַ טױזנטז און דרײַ הונדערט, װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט.
31
און דער מלך האָט באַפֿױלן, און מע האָט אױסגעבראָכן גרױסע שטײנער, טײַערע שטײנער, צו גרונטפֿעסטן דאָס הױז מיט געהאַקטע שטײנער.
32
און די בױמײַנסטערס פֿון חירָמען און די גבֿלער האָבן זײ אַרומגעהאַקט, און האָבן צוגעגרײט די האָלצן און די שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז.