אידיש
1
און דער מלך שלמה איז געװען מלך איבער גאַנץ ישׂראל.
2
און דאָס זײַנען די האַרן װאָס ער האָט געהאַט: עַזַריָהו דער זון פֿון צָדוֹקן, דער כּהן;
3
אֶליחוֹרף און אַחִיה, די זין פֿון שישאָן, שרײַבערס; יהוֹשפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער;
4
און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבערן חיל; און צָדוֹק און אבֿיתר, כּהנים;
5
און עַזַריָהו דער זון פֿון נתנען, איבער די געשטעלטע; און זָבֿוד דער זון פֿון נתנען, און אױבערמאַן, דעם מלכס חבֿר;
6
און אַחִישר, איבערן פּאַלאַץ; און אַדוֹנירם דער זון פֿון עַבֿדאָן, איבערן צינדז.
7
און שלמה האָט געהאַט צװעלף געשטעלטע איבער גאַנץ ישׂראל, און זײ פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך און זײַן הױז; אַ חודש אין יאָר פֿלעגט איטלעכער דאַרפֿן אױסהאַלטן.
8
און דאָס זײַנען זײערע נעמען: דער זון פֿון חוּרן, אין דעם געבערג פֿון אפֿרים.
9
דער זון פֿון דֶקרן אין מָקַץ און אין שַעַלבֿים, און בֵית-שֶמֶש, און אֵלאָן-בֵית-חָנן.
10
דער זון פֿון חֶסדן, אין אַרוּבות; אונטער אים איז געװען שׂוֹכוֹ, און דאָס גאַנצע לאַנד חֵפֿר.
11
דער זון פֿון אַבֿינָדֶבֿן, אין דער גאַנצער געגנט פֿון דָור; ער האָט געהאַט טָפֿת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.
12
בענא דער זון פֿון אַחילוּדן, אין תַּעַנָך, און מגִדו, און גאַנץ בֵית-שאָן װאָס לעבן צָרתן אונטער יזרעאל, פֿון בֵית-שאָן ביז אָבֿל-מחולה, ביז אױף יענער זײַן יָקמעם.
13
דער זון פֿון גֶבֿרן, אין רָמות-גִלעָד; אונטער אים זײַנען געװען די דערפֿער פֿון יָאִיר דעם זון פֿון מנשהן, װאָס אין גִלעָד; אונטער אים איז געװען די געגענט פֿון אַרגובֿ װאָס אין בשן, זעכציק גרױסע שטעט מיט מױערן און קופּערנע ריגלען.
14
אַחינָדֶבֿ דער זון פֿון עִדאֹן, אין מַחנַיִם.
15
אַחימַעַץ, אין נפֿתּלי; ער אױך האָט גענומען בָשׂמַת די טאָכטער פֿון שלמהן פֿאַר אַ װײַב.
16
בענא דער זון פֿון חוּשַין, אין אָשר, און בעָלות.
17
יהוֹשפֿט דער זון פֿון פָּרוּחַן, אין יִשׂשָׂכָר.
18
שִמְעִי דער זון פֿון אֵלאָן אין בנימין.
19
גֶבֿר דער זון פֿון אורין, אין לאַנד גִלעָד, דעם לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אמורי, און פֿון עוג דעם מלך פֿון בשן. און אײן געשטעלטער װאָס איבערן גאַנצן לאַנד.
20
יהוּדה און ישׂראל זײַנען געװען אַזױ װי דער זאַמד װאָס בײַם ים אין פֿילקײט. זײ האָבן געגעסן און געטרונקען און געװען פֿרײלעך.