אידיש
1
און זײ זײַנען געזעסן דרײַ יאָר אָן אַ מלחמה צװישן ארם און צװישן ישׂראל.
2
אָבער עס איז געװען אױפֿן דריטן יאָר, האָט יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה אַראָפּגענידערט צו דעם מלך פֿון ישׂראל.
3
און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו זײַנע קנעכט: װײסט איר, אַז צו אונדז געהערט רמת-גִלעָד? און מיר שװײַגן, און נעמען זי ניט אַװעק פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם.
4
און ער האָט געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: װילסטו גײן מיט מיר אין מלחמה אױף רמת-גִלעָד? האָט יהוֹשפֿט געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: אַזױ װי דו, אַזױ איך, אַזױ װי דײַן פֿאָלק, אַזױ מײַן פֿאָלק, אַזױ װי דײַנע פֿערד אַזױ מײַנע פֿערד.
5
און יהוֹשפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל: פֿרעג הײַנט, איך בעט דיך, דאָס װאָרט פֿון גאָט.
6
האָט דער מלך פֿון ישׂראל אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים, אַרום פֿיר הונדערט מאַן, און ער האָט צו זײ געזאָגט: זאָל איך גײן קעגן רמת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט: גײ אַרױף, און גאָט װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
7
האָט יהוֹשפֿט געזאָגט: איז דאָ ניטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון גאָט, אַז מיר זאָלן פֿרעגן בײַ אים?
8
האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן בײַ גאָט דורך אים, אָבער איך האָב אים פֿײַנט, װײַל ער זאָגט ניט נבֿיאות אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס – מיכָיָהו דער זון פֿון יִמלָהן. האָט יהוֹשפֿט געזאָגט: זאָל דער מלך אַזױ ניט רעדן.
9
האָט דער מלך פֿון ישׂראל גערופֿן אַ הױפֿדינער, און האָט געזאָגט: ברענג אױף גיך מיכָיָהו דעם זון פֿון יִמלָהן.
10
און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען געזעסן איטלעכער אױף זײַן טראָן אָנגעקלײדט אין בִגדֵי-[מלכות] אין אַ שײַער בײַ דעם טױעראײַנגאַנג פֿון שומרון, און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ.
11
און צִדקִיָה דער זון פֿון כּנַעַנָהן האָט זיך געמאַכט אײַזערנע הערנער, און ער האָט געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן ארם ביז זײ צו פֿאַרלענדן.
12
און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דעס גלײַכן, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױף קײן רמת-גִלעָד, און באַגליק, און גאָט װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
13
און דער שלִיח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מיכָיָהון, האָט גערעדט צו אים, אַזױ צו זאָגן: זע נאָר, די װערטער פֿון די נבֿיאים זײַנען װי אײן מױל גוטס צום מלך; זאָל, איך בעט דיך, דײַן װאָרט זײַן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אײנעם פֿון זײ, און זאָלסט רעדן גוטס.
14
האָט מיכָיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט גאָט, אַז דאָס װאָס גאָט װעט זאָגן צו מיר, דאָס װעל איך רעדן!
15
איז ער געקומען צום מלך, און דער מלך האָט צו אים געזאָגט: מיכָיָהו, זאָלן מיר גײן צו רמת-גִלעָד אױף מלחמה, אָדער זאָלן מיר אָפּשטײן? האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַרױף, און באַגליק, און גאָט װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
16
האָט דער מלך צו אים געזאָגט: ביז װיפֿיל מאָל זאָל איך דיך באַשװערן, אַז דו זאָלסט ניט רעדן צו מיר נאָר אמת אין נאָמען פֿון גאָט?
17
האָט ער געזאָגט: איך האָב געזען גאַנץ ישׂראל צעשפּרײט אױף די בערג, אַזױ װי שאָף װאָס האָבן ניט קײן פּאַסטוך, און גאָט האָט געזאָגט: אָן אַ האַר זײַנען די דאָזיקע; זאָלן זײ זיך אומקערן איטלעכער צו זײַן הױז בשלום.
18
האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: האָב איך דיר ניט געזאָגט, ער װעט ניט נבֿיאות זאָגן אױף מיר גוטס, נאָר בלױז שלעכטס?
19
האָט ער געזאָגט: דרום הער דאָס װאָרט פֿון גאָט: איך האָב געזען װי גאָט זיצט אױף זײַן טראָן, און דער גאַנצער חיל פֿון הימל שטײט לעבן אים פֿון זײַן רעכטער זײַט און פֿון זײַן לינקער.
20
און גאָט האָט געזאָגט: װער װעט אָנרעדן אַחאבֿן, ער זאָל אַרױפֿגײן און פֿאַלן אין רמת-גִלעָד? האָט דער געזאָגט אַזױ, און דער זאָגט אַזױ.
21
איז אַרױסגעגאַנגען דער גײַסט, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר גאָט, און האָט געזאָגט: איך װעל אים אָנרעדן. האָט גאָט צו אים געזאָגט: מיט װאָס?
22
האָט ער געזאָגט: איך װעל אַרױסגײן און װערן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע זײַנע נבֿיאים. האָט ער געזאָגט: װעסט אָנרעדן, און װעסט אױך אױספֿירן; גײ אַרױס און טו אַזױ.
23
און אַצונד, זע, גאָט האָט אַרײַנגעגעבן אַ גײַסט פֿון ליגן אין מױל פֿון אַלע די דאָזיקע נבֿיאים דײַנע, אָבער גאָט האָט אָנגעזאָגט אױף דיר שלעכטס.
24
האָט געזאָגט צִדקִיָהו דער זון פֿון כּנַעַנָהן, און האָט געשלאָגן מיכָיָהון אױפֿן באַק, און ער האָט געזאָגט: אױף װאָסער [װעג] איז דער גײַסט פֿון גאָט אַװעקגעגאַנגען פֿון מיר, כּדי צו רעדן מיט דיר?
25
האָט מיכָיָהו געזאָגט: אָט װעסטו זען אין יענעם טאָג, װען דו װעסט אַרײַנגײן אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער זיך צו באַהאַלטן.
26
האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט: נעם מיכָיָהון, און קער אים אום צו אָמוֹן דעם האַר פֿון דער שטאָט, און צו יוֹאָש דעם מלכס זון.
27
און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט דער מלך: טוט אַרײַן דעם דאָזיקן אין געפֿענקעניש, און שפּײַזט אים מיט קאַרג ברױט און קאַרג װאַסער, ביז איך קום בשלום.
28
האָט מיכָיָהו געזאָגט: אױב אומקערן װעסטו זיך אומקערן בשלום, האָט גאָט ניט גערעדט דורך מיר. און ער האָט געזאָגט: הערט דאָס צו, איר פֿעלקער אַלע.
29
און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען קײן רמת-גִלעָד.
30
און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: איך װעל זיך פֿאַרשטעלן און װעל אַרײַנגײן אין דער מלחמה, און דו טראָג דײַנע קלײדער. און דער מלך פֿון ישׂראל האָט זיך פֿאַרשטעלט, און איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער מלחמה.
31
און דער מלך פֿון ארם האָט באַפֿױלן די צװײ און דרײַסיק הױפּטלײַט פֿון זײַנע רײַטװעגן, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט ניט מלחמה האַלטן מיט קלײן אָדער גרױס, נאָר בלױז מיטן מלך פֿון ישׂראל אַלײן.
32
און עס איז געװען, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען יהוֹשפֿטן, אַזױ האָבן זײ געזאָגט: דאָס איז געװיס דער מלך פֿון ישׂראל. און זײ האָבן זיך אַ קער געטאָן צו אים מלחמה צו האַלטן. האָט יהוֹשפֿט אַ געשרײ געטאָן;
33
איז, װי די הױפּטלײַט פֿון די רײַטװעגן האָבן געזען אַז דאָס איז ניט דער מלך פֿון ישׂראל, אַזױ האָבן זײ זיך אָפּגעקערט פֿון הינטער אים.
34
און אַ מאַן האָט אָנגעצױגן דעם בױגן גלאַט אין דער װעלט, און האָט געטראָפֿן דעם מלך פֿון ישׂראל צװישן אונטערפּאַנצער און צװישן ברוסטשילד. האָט ער געזאָגט צו זײַן טרײַבער: פֿאַרקער דײַן האַנט, און פֿיר מיך אַרױס פֿון דער מחנה, װאָרום איך בין פֿאַרװוּנדט.
35
און די מלחמה איז געשטיגן אין יענעם טאָג; און דער מלך איז אױפֿגעהאַלטן געװאָרן שטײענדיק אין רײַטװאָגן אַנטקעגן ארם; און אין אָװנט איז ער געשטאָרבן. און דאָס בלוט פֿון דער װוּנד איז אַראָפּגערונען אױפֿן דעק פֿון רײַטװאָגן.
36
איז אַרױס אַ געשרײ דורך דער מחנה אַרום זונאונטערגאַנג: איטלעכער צו זײַן שטאָט, און איטלעכער צו זײַן לאַנד!
37
אַזױ איז געשטאָרבן דער מלך; און ער איז געבראַכט געװאָרן קײן שומרון. און מע האָט באַגראָבן דעם מלך אין שומרון.
38
און אַז מע האָט אָפּגעשװענקט דעם רײַטװאָגן בײַם טײַך פֿון שומרון, האָבן די הינט געלעקט זײַן בלוט, און די זוֹנות האָבן זיך דרינען געװאַשן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט.
39
און די איבעריקע זאַכן װעגן אַחאבֿן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און דאָס הױז פֿון עלפֿנבײן װאָס ער האָט געבױט, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
40
און אַחאבֿ האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון אַחַזיָהו איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
41
און יהוֹשפֿט דער זון פֿון אָסאָן איז געװאָרן מלך איבער יהוּדה אין פֿירטן יאָר פֿון אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל.
42
פֿינף און דרײַסיק יאָר איז יהוֹשפֿט אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און פֿינף און צװאַנציק יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען עַזוּבֿה די טאָכטער פֿון שִלחין.
43
און ער איז געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן – ער האָט זיך ניט אָפּגעקערט דערפֿון – צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט.
44
נאָר די בָמות זײַנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות.
45
און יהוֹשפֿט איז געװען אין שלום מיט דעם מלך פֿון ישׂראל.
46
און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוֹשפֿט, און זײַן גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן, און װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
47
און דעם רעשט פֿון די שאַנדמענער, װאָס איז געבליבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אָסאָן, האָט ער אױסגעראַמט פֿון לאַנד.
48
און קײן מלך איז ניט געװען אין אדום; אַ געשטעלטער איז געװען מלך.
49
יהוֹשפֿט האָט געמאַכט תַּרְשִיש-שיפֿן צו גײן קײן אוֹפֿיר נאָך גאָלד, אָבער ער איז ניט געגאַנגען, װאָרום די שיפֿן זײַנען צעבראָכן געװאָרן בײַ עֶציון-גֶבֿר.
50
דענצמאָל האָט אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאבֿן געזאָגט צו יהוֹשפֿטן: זאָלן מײַנע קנעכט גײן מיט דײַנע קנעכט אין די שיפֿן; אָבער יהוֹשפֿט האָט ניט געװאָלט.
51
און יהוֹשפֿט האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן, אין זײַן פֿאָטער דָוִדס שטאָט; און זײַן זון יהוֹרם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
52
אַחַזיָהו דער זון פֿון אַחאבֿן איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון אין זיבעצנטן יאָר פֿון יהוֹשפֿט דעם מלך פֿון יהוּדה, און ער האָט געקיניגט איבער ישׂראל צװײ יאָר.
53
און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון זײַן פֿאָטער, און אין דעם װעג פֿון זײַן מוטער, און אין דעם װעג פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבֿטן, װאָס האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל.
54
און ער האָט געדינט בַעַל, און האָט זיך געבוקט צו אים, און האָט דערצערנט יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַן פֿאָטער האָט געטאָן.