אידיש
1
און בֶן-הַדַד דער מלך פֿון ארם האָט אײַנגעזאַמלט זײַן גאַנצן חיל; און צװײ און דרײַסיק מלכים זײַנען געװען מיט אים, און פֿערד און רײַטװעגן. און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט אױף שומרון, און מלחמה געהאַלטן אױף איר.
2
און ער האָט געשיקט שלוחים, צו אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל, אין שטאָט,
3
און אים געלאָזט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט בֶן-הַדַד: דײַן זילבער און דײַן גאָלד איז מײַנס, און דײַנע װײַבער און דײַנע שענסטע קינדער זײַנען מײַנע.
4
האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט: אַזױ װי דײַן װאָרט, מײַן האַר מלך; דײַנער בין איך, און אַלץ װאָס איך האָב.
5
זײַנען װידער געקומען די שלוחים, און האָבן געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט בֶן-הַדַד, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, איך האָב דיר געשיקט זאָגן: דײַן זילבער און דײַן גאָלד, און דײַנע װײַבער און דײַנע קינדער זאָלסטו מיר געבן.
6
װאָרום אַז מאָרגן אין דער צײַט װעל איך שיקן צו דיר מײַנע קנעכט, װעלן זײ דורכזוכן דײַן הױז, און די הײַזער פֿון דײַנע קנעכט; און עס װעט זײַן, װוּ נאָר אַ גלוסטיקײט פֿון דײַנע אױגן װעלן זײ אַרײַנטאָן אין זײער האַנט און אַװעקנעמען.
7
האָט דער מלך פֿון ישׂראל גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון לאַנד, און האָט צו זײ געזאָגט: מערקט אַקאָרשט און זעט, אַז בײז זוכט דער דאָזיקער. װאָרום ער האָט געשיקט צו מיר אום מײַנע װײַבער און אום מײַנע קינדער, און אום מײַן זילבער און אום מײַן גאָלד, און איך האָב ניט פֿאַרמיטן פֿון אים.
8
האָבן צו אים געזאָגט אַלע עלטסטע און דאָס גאַנצע פֿאָלק: זאָלסט ניט צוהערן און ניט אײַנװיליקן.
9
האָט ער געזאָגט צו די שלוחים פֿון בֶן-הַדַד: זאָגט צו מײַן האַר דעם מלך: אַלץ אום װאָס דו האָסט געשיקט צו דײַן קנעכט צוערשט װעל איך טאָן, אָבער די דאָזיקע זאַך קען איך ניט טאָן. זײַנען געגאַנגען די שלוחים, און האָבן אים געבראַכט אַן ענטפֿער.
10
האָט בֶן-הַדַד געשיקט צו אים, און געזאָגט: זאָלן די געטער מיר טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב דער שטױב פֿון שומרון װעט קלעקן פֿאַר אַ הױפֿן דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס הינטער מיר!
11
האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט: זאָגט [אים]: זאָל דער װאָס גורט זיך ערשט אָן, זיך ניט רימען װי דער װאָס בינדט זיך שױן אָפּ.
12
און עס איז געװען, װי [בֶן-הַדַד] האָט געהערט דעם דאָזיקן ענטפֿער, בעת ער האָט געטרונקען, ער און די מלכים, אין די בײַדלעך, אַזױ האָט ער געזאָגט צו זײַנע קנעכט: שטעלט אױס! און זײ האָבן אױסגעשטעלט אַנקעגן דער שטאָט.
13
ערשט אײנער אַ נבֿיא האָט גענענט צו אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל, און האָט געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: זעסט דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון? אָט גיב איך אים הײַנט אין דײַן האַנט, און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה.
14
האָט אַחאבֿ געזאָגט: דורך װעמען? האָט ער געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: דורך די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן. האָט ער געפֿרעגט: װער זאָל אָנקניפּן די מלחמה? האָט ער געזאָגט: דו.
15
האָט ער איבערגעצײלט די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן, און זײ זײַנען געװען צװײ הונדערט און צװײ און דרײַסיק. און נאָך זײ האָט ער איבערגעצײלט דאָס גאַנצע פֿאָלק, אַלע קינדער פֿון ישׂראל – זיבן טױזנט.
16
זײַנען זײ אַרױסגעגאַנגען אין מיטן טאָג, בעת בֶן-הַדַד האָט זיך שכּור געטרונקען אין די בײַדלעך ער און די מלכים – די צװײ און דרײַסיק מלכים װאָס האָבן אים געהאָלפֿן.
17
און די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן זײַנען אַרױסגעגאַנגען צוערשט; אָבער בֶן-הַדַד האָט געשיקט, און מע האָט אים אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: מענטשן זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שומרון.
18
האָט ער געזאָגט: סײַ זײ זײַנען פֿאַר שלום אַרױסגעגאַנגען, כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט, און סײַ זײ זײַנען פֿאַר מלחמה אַרױסגעגאַנגען, לעבעדיקערהײט כאַפּט זײ.
19
און די זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט – די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן, און דער חיל װאָס הינטער זײ.
20
און זײ האָבן געשלאָגן איטלעכער זײַן מאַן, און די אַרַמים זײַנען אַנטלאָפֿן, און ישׂראל האָט זײ נאָכגעיאָגט. און בֶן-הַדַד דער מלך פֿון ארם איז אַנטרונען געװאָרן אױף אַ פֿערד מיט רײַטער.
21
און דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט געשלאָגן די פֿערד און די רײַטװעגן, און געשלאָגן צװישן ארם אַ גרױסן שלאַק.
22
און דער נבֿיא האָט גענענט צו דעם מלך פֿון ישׂראל און האָט צו אים געזאָגט: גײ פֿאַרשטאַרק זיך, און מערק און זע װאָס דו זאָלסט טאָן, װאָרום צום אומקער פֿון יאָר קומט דער מלך פֿון ארם אַרױף אױף דיר.
23
און די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון ארם האָבן צו אים געזאָגט: אַ גאָט פֿון בערג איז זײער גאָט, דרום זײַנען זײ געװען שטאַרקער פֿון אונדז; לאָמיר אָבער מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גלײַכן פּלאַץ, אױב מיר װעלן ניט זײַן שטאַרקער פֿון זײ!
24
און די דאָזיקע זאַך טו; טו אָפּ די מלכים איטלעכן פֿון זײַן אָרט און מאַך אָנפֿירער אָנשטאָט זײ.
25
און דו זאָלסט דיר צונױפֿצײלן אַ חיל אַזױ װי דער חיל װאָס איז בײַ דיר געפֿאַלן, און פֿערד אַזױ װי די פֿערד, און רײַטװעגן אַזױ װי די רײַטװעגן; און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גלײַכן פּלאַץ, אױב מיר װעלן ניט זײַן שטאַרקער פֿון זײ! האָט ער צוגעהערט צו זײער קָול, און האָט אַזױ געטאָן.
26
און עס איז געװען צום אומקער פֿון יאָר, האָט בֶן-הַדַד איבערגעצײלט די אַרַמים, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן אַפֿק אױף מלחמה מיט ישׂראל.
27
און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען איבערגעצײלט געװאָרן, און פֿאַרזאָרגט געװאָרן מיט שפּײַז, און זײַנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ. און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געלאַגערט אַקעגן זײ, אַזױ װי צװײ קלײנע סטאַדעס ציגן. און די אַרַמים האָבן אָנגעפֿילט דאָס לאַנד.
28
האָט דער געטלעכער מאַן גענענט, און האָט גערעדט צו דעם מלך פֿון ישׂראל און געזאָגט: װײַל די אַרַמים האָבן געזאָגט: אַ גאָט פֿון בערג איז יהוה, און ניט אַ גאָט פֿון טאָלן איז ער, דרום װעל איך געבן דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון אין דײַן האַנט, און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה.
29
און זײ האָבן געלאַגערט אײנע אַקעגן די אַנדערע זיבן טעג. און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, האָט גענענט די מלחמה, און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן פֿון ארם הונדערט טױזנט פֿוסגײער אין אײן טאָג.
30
און די איבעריקע זײַנען אַנטלאָפֿן קײן אַפֿק, אין שטאָט; איז די מױער אײַנגעפֿאַלן אױף זיבן און צװאַנציק טױזנט מאַן װאָס זײַנען איבערגעבליבן. און בֶן-הַדַד איז אַנטלאָפֿן און איז אַרײַן אין שטאָט, אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער.
31
האָבן זײַנע קנעכט צו אים געזאָגט: זע נאָר, מיר האָבן געהערט אַז די מלכים פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל זײַנען גענאָדיקע מלכים; לאָמיר, איך בעט דיך, אָנטאָן זאַקקלײדער אױף אונדזערע לענדן, און שטריק אױף אונדזער קאָפּ, און לאָמיר אַרױסגײן צו דעם מלך פֿון ישׂראל, אפֿשר װעט ער דיך לאָזן לעבן.
32
האָבן זײ אָנגעגורט זאַקקלײדער אױף זײערע לענדן, און שטריק אױף זײערע קעפּ, און זײ זײַנען געקומען צו דעם מלך פֿון ישׂראל, און האָבן געזאָגט: דײַן קנעכט בֶן-הַדַד האָט געזאָגט: לאָמיך לעבן, איך בעט דיך. האָט ער געזאָגט: לעבט ער נאָך? ער איז מײַן ברודער.
33
און די מענטשן האָבן עס גענומען פֿאַר אַ צײכן, און זײ האָבן זיך געאײַלט און באַװאָרנט אױב ער מײנט עס, און האָבן געזאָגט: דײַן ברודער בֶן-הַדַד. האָט ער געזאָגט: גײט ברענגט אים. איז אַרױסגעקומען צו אים בֶן-הַדַד, און ער האָט אים אַרױפֿגענומען אױפֿן רײַטװאָגן.
34
און [בֶן-הַדַד] האָט צו אים געזאָגט: די שטעט װאָס מײַן פֿאָטער האָט צוגענומען פֿון דײַן פֿאָטער װעל איך אומקערן, און גאַסן זאָלסטו דיר מאַכן אין דמשׂק, אַזױ װי מײַן פֿאָטער האָט געמאַכט אין שומרון. [האָט אַחאבֿ געזאָגט:] און איך װעל דיך אַװעקלאָזן מיט דעם דאָזיקן בונד. און ער האָט אים געשלאָסן אַ בונד, און האָט אים אַװעקגעלאָזט.
35
און אײנער אַ מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געזאָגט צו זײַן חבֿר דורך דעם װאָרט פֿון גאָט: שלאָג מיך, איך בעט דיך, און דער מאַן האָט אים ניט געװאָלט שלאָגן.
36
האָט ער געזאָגט: װײַל דו האָסט ניט צוגעהערט צו דעם קָול פֿון גאָט, אָט גײסטו אַװעק פֿון מיר, און דיך װעט דערשלאָגן אַ לײב. און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים, אַזױ האָט אים אָנגעטראָפֿן אַ לײב, און האָט אים דערשלאָגן.
37
האָט ער אָנגעטראָפֿן אַן אַנדער מאַן, און האָט געזאָגט: שלאָג מיך, איך בעט דיך. און דער מאַן האָט אים געשלאָגן, שלאָגנדיק ביז װוּנדן.
38
און דער נבֿיא איז געגאַנגען און האָט געהאַרט אױפֿן מלך בײַם װעג; און ער האָט זיך פֿאַרשטעלט מיטן קאָפּבאַנד איבער זײַנע אױגן.
39
און עס איז געװען, װי דער מלך איז פֿאַרבײַגעגאַנגען, אַזױ האָט ער געשריִען צום מלך און האָט געזאָגט: דײַן קנעכט איז אַרױסגעגאַנגען אין דער מלחמה, ערשט אַ מאַן האָט זיך אָפּגעקערט, און האָט געבראַכט צו מיר אַ מאַן, און האָט געזאָגט: אָט דעם דאָזיקן מאַן, אױב געמינערט װעט ער געמינערט װערן; װעט דײַן נפֿש זײַן אָנשטאָט זײַן נפֿש; אָדער אַ צענטנער זילבער װעסטו באַצאָלן: און װי דײַן קנעכט איז געװען פֿאַרטאָן דאָ און דאָרטן, אַזױ איז ער ניט געװאָרן. האָט דער מלך פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט. אַזױ זאָל זײַן דײַן משפּט; דו אַלײן האָסט געפַּסקעט.
40
און װי דײַן קנעכט איז געװען פֿאַרטאָן דאָ און דאָרטן, אַזױ איז ער ניט געװאָרן. האָט דער מלך פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט. אַזױ זאָל זײַן דײַן משפּט; דו אַלײן האָסט געפַּסקעט.
41
האָט ער אױף גיך אָפּגעטאָן דעם קאָפּבאַנד פֿון זײַנע אױגן, און דער מלך פֿון ישׂראל האָט אים דערקענט, אַז ער איז פֿון די נבֿיאים.
42
און ער האָט צו אים געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װײַל דו האָסט אַרױסגעלאָזט פֿון דער האַנט דעם מאַן פֿון מײַן חרם, זאָל דײַן נפֿש זײַן אָנשטאָט זײַן נפֿש, און דײַן פֿאָלק אָנשטאָט זײַן פֿאָלק.
43
און דער מלך פֿון ישׂראל איז אַװעק צו זײַן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט, און ער איז געקומען קײן שומרון.