אידיש
1
און עס איז געװען נאָך פֿיל טעג, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו אֵלִיָהון – אױפֿן דריטן יאָר – אַזױ צו זאָגן: גײ װײַז זיך פֿאַר אַחאבֿן, און איך װעל געבן רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
2
איז אֵלִיָהו געגאַנגען זיך װײַזן פֿאַר אַחאבֿן. און דער הונגער איז געװען שטאַרק אין שומרון.
3
און אַחאבֿ האָט גערופֿן עוֹבֿדיָהון װאָס איבערן פּאַלאַץ – און עוֹבֿדיָהו האָט זײער געפֿאָרכט יהוה;
4
און עס איז געװען, אַז אִזֶבֿל האָט פֿאַרשניטן די נבֿיאים פֿון יהוה, האָט עוֹבֿדיָהו גענומען הונדערט נבֿיאים, און האָט זײ באַהאַלטן צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל, און האָט זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער –
5
און אַחאבֿ האָט געזאָגט צו עוֹבֿדיָהו: גײ דורכן לאַנד בײַ אַלע קװאַלן װאַסער און בײַ אַלע טײַכן; אפֿשר װעלן מיר געפֿינען גראָז, און מיר װעלן דערהאַלטן בײַם לעבן די פֿערד און די מױלאײזלען, אַז מיר זאָלן ניט אָנװערן די בהמות.
6
האָבן זײ זיך צעטײלט דאָס לאַנד, כּדי דורכצוגײן דורך דעם: אַחאבֿ איז געגאַנגען אַלײן אין זײַן װעג, און עוֹבֿדיָהו איז געגאַנגען אַלײן אין אַן אַנדער װעג.
7
און װי עוֹבֿדיָהו איז געװען אין װעג, ערשט אֵלִיָהו קומט אים אַנטקעגן. האָט ער אים דערקענט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און האָט געזאָגט: ביסט דו דאָס, מײַן האַר אֵלִיָהו?
8
האָט ער צו אים געזאָגט: איך; גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו.
9
האָט ער געזאָגט: װאָס האָב איך געזינדיקט, אַז דו װילסט געבן דײַן קנעכט אין אַחאבֿס האַנט, מיך צו טײטן?
10
אַזױ װי עס לעבט יהוה דײַן גאָט, אױב עס איז דאָ אַ פֿאָלק אָדער אַ קיניגרײַך, װאָס מײַן האַר האָט ניט געשיקט אַהין דיך זוכן! און אַז זײ האָבן געזאָגט: ניטאָ, האָט ער געמאַכט שװערן דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך, אַז מע האָט דיך ניט געפֿונען.
11
און אַצונד זאָגסטו: גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו.
12
און עס װעט זײַן, װי איך װעל אַװעקגײן פֿון דיר, אַזױ װעט דער גײַסט פֿון גאָט דיך פֿאַרטראָגן, איך װײס ניט װוּהין, און אַז איך װעל קומען אָנזאָגן אַחאבֿן, און ער װעט דיך ניט געפֿינען, װעט ער מיך הרגען; און דײַן קנעכט פֿאָרכט יהוה פֿון מײַן יוגנט אָן.
13
איז ניט דערצײלט געװאָרן צו מײַן האַר װאָס איך האָב געטאָן, װען אִזֶבֿל האָט אױסגעהרגעט די נבֿיאים פֿון יהוה, װי איך האָב באַהאַלטן הונדערט מאַן פֿון די נבֿיאים צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל, און האָב זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער?
14
און אַצונד זאָגסטו: גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו; און ער װעט מיך הרגען.
15
האָט אֵלִיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט גאָט פֿון צבֿאות װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אַז הײַנט װעל איך זיך װײַזן פֿאַר אים!
16
איז עוֹבֿדיָהו געגאַנגען אַנטקעגן אַחאבֿן, און האָט אים דערצײלט; און אַחאבֿ איז געגאַנגען אַנטקעגן אֵלִיָהון.
17
און עס איז געװען, װי אַחאבֿ האָט דערזען אֵלִיָהון, אַזױ האָט אַחאבֿ צו אים געזאָגט: ביסט דו דאָס, פֿאַראומגליקער פֿון ישׂראל?
18
האָט ער געזאָגט: ניט איך האָב פֿאַראומגליקט ישׂראל, נאָר דו און דײַן פֿאָטערס הױז, מיט װאָס איר האָט פֿאַרלאָזן די געבאָט פֿון יהוה, און ביסט געגאַנגען נאָך די בַעַל-געטער.
19
און אַצונד, שיק זאַמל אײַן צו מיר גאַנץ ישׂראל אױפֿן באַרג כַּרמל, און די פֿיר הונדערט און פֿופֿציק נבֿיאים פֿון בַעַל, און די פֿיר הונדערט נבֿיאים פֿון דער אַשֵרָה, װאָס עסן בײַם טיש פֿון אִזֶבֿלען.
20
האָט אַחאבֿ געשיקט צװישן אַלע קינדער פֿון ישׂראל, און האָט אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים אױפֿן באַרג כַּרמל.
21
און אֵלִיָהו האָט גענענט צום גאַנצן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: ביז װאַנען װעט איר אומשפּרינגען אױף צװײ צװײַגן? אױב יהוה איז גאָט, גײט נאָך אים, און אױב בַעַל, גײט נאָך אים. און דאָס פֿאָלק האָט אים אַ װאָרט ניט געענטפֿערט.
22
האָט אֵלִיָהו געזאָגט צום פֿאָלק: איך אַלײן בין געבליבן אַ נבֿיא צו יהוה, און די נבֿיאים פֿון בַעַל זײַנען פֿיר הונדערט און פֿופֿציק מאַן.
23
טאָ זאָל מען אונדז געבן צװײ אָקסן; און זאָלן זײ זיך אױסקלײַבן אײן אָקס, און אים צעשנײַדן און אַרױפֿלײגן אױפֿן האָלץ, און פֿײַער זאָלן זײ ניט אונטערלײגן. און איך װעל מאַכן דעם אַנדער אָקס, און אַרױפֿטאָן אױפֿן האָלץ, און פֿײַער װעל איך ניט אונטערלײגן.
24
און איר װעט רופֿן צו דעם נאָמען פֿון אײַער גאָט, און איך װעל רופֿן צו דעם נאָמען פֿון יהוה; און עס װעט זײַן, דער גאָט װאָס װעט ענטפֿערן מיט פֿײַער, ער איז גאָט. האָט זיך אָפּגערופֿן דאָס גאַנצע פֿאָלק און האָט געזאָגט: װױל גערעדט!
25
האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו די נבֿיאים פֿון בַעַל: קלײַבט אײַך אױס אײן אָקס, און מאַכט אים צוערשט, װאָרום איר זײַט די פֿיל; און רופֿט צו דעם נאָמען פֿון אײַער גאָט, און פֿײַער זאָלט איר ניט אונטערלײגן.
26
האָבן זײ גענומען דעם אָקס װאָס מע האָט זײ געגעבן, און זײ האָבן אים געמאַכט, און האָבן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון בַעַל, פֿון פֿרימאָרגן ביזן מיטן טאָג, אַזױ צו זאָגן: בַעַל, ענטפֿער אונדז! אָבער קײן קָול און קײן ענטפֿער. װי זײ האָבן געהונקען אַרום דעם מזבח װאָס מע האָט געמאַכט.
27
און עס איז געװען אין מיטן טאָג, האָט אֵלִיָהו געשפּעט פֿון זײ, און ער האָט געזאָגט: רופֿט אױף אַ הױכן קָול, װאָרום ער איז אַ גאָט; ער האָט זיך מסתּם פֿאַררעדט, אָדער ער איז אַװעק אָן אַ זײַט, אָדער ער איז אין װעג; אפֿשר שלאָפֿט ער, און װעט זיך אױפֿכאַפּן.
28
און זײ האָבן גערופֿן אױף אַ הױכן קָול, און האָבן זיך אײַנגעשניטן, אַזױ װי זײער שטײגער, מיט שװערדן און מיט שפּיזן, ביז בלוט האָט זיך געגאָסן אױף זײ.
29
און עס איז געװען, אַז דער מיטן טאָג איז אַריבער, האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט ביז װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט-קרבן, אָבער קײן קָול און קײן ענטפֿער און קײן הערונג.
30
האָט אֵלִיָהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: גענענט צו מיר. האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט צו אים, און ער האָט פֿאַרריכט דעם צעשטערטן מזבח פֿון יהוה.
31
און אֵלִיָהו האָט גענומען צװעלף שטײנער אַזױ װי די צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יעקבֿ, װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: ישׂראל זאָל זײַן דײַן נאָמען.
32
און ער האָט אױפֿגעבױט פֿון די שטײנער אַ מזבח צו דעם נאָמען פֿון יהוה, און האָט געמאַכט אַ גראָבן, גרױס װי פֿאַר צװײ סְאָה זריעה, רונד אַרום מזבח.
33
און ער האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און צעשניטן דעם אָקס, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן האָלץ.
34
און ער האָט געזאָגט: פֿילט אָן פֿיר קריג מיט װאַסער, און גיסט אַרױף אױף דעם בראַנדאָפּפֿער און אױפֿן האָלץ. און ער האָט געזאָגט: טוט עס אַ צװײט מאָל; און זײ האָבן עס געטאָן אַ צװײט מאָל. האָט ער געזאָגט: טוט עס אַ דריט מאָל; און זײ האָבן עס געטאָן אַ דריט מאָל.
35
און דאָס װאַסער איז געגאַנגען רונד אַרום מזבח; און אױך דעם גראָבן האָט ער אָנגעפֿילט מיט װאַסער.
36
און עס איז געװען װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט-קרבן, האָט אֵלִיָהו הנבֿיא גענענט און האָט געזאָגט: יהוה דו גאָט פֿון אבֿרהם, יצחק, און ישׂראל, זאָל הײַנט באַװוּסט װערן אַז דו ביסט גאָט אין ישׂראל, און איך בין דײַן קנעכט, און דורך מײַן װאָרט האָב איך געטאָן אַלע די דאָזיקע זאַכן.
37
ענטפֿער מיר, יהוה, ענטפֿער מיר. און זאָל דאָס דאָזיקע פֿאָלק װיסן אַז דו יהוה ביסט גאָט; אַזיסט קערסטו אָפּ זײער האַרץ אַהינטער.
38
איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ פֿײַער פֿון גאָט, און האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס האָלץ, און די שטײנער, און די ערד; אַפֿילו דאָס װאַסער אין גראָבן האָט עס אױסגעלעקט.
39
און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים, און האָבן געזאָגט: יהוה, ער איז גאָט! יהוה, ער איז גאָט!
40
האָט אֵלִיָהו צו זײ געזאָגט: כאַפּט די נבֿיאים פֿון בַעַל; קײנער זאָל ניט אַנטרונען װערן פֿון זײ. האָבן זײ זײ געכאַפּט, און אֵלִיָהו האָט זײ געמאַכט נידערן צום טײַך קישון, און האָט זײ דאָרטן געשאָכטן.
41
און אֵלִיָהו האָט געזאָגט צו אַחאבֿן: גײ אַרױף, עס און טרינק, װאָרום עס איז אַ גערױש פֿון אַ סך רעגן.
42
איז אַחאבֿ אַרױפֿגעגאַנגען עסן און טרינקען. און אֵלִיָהו איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ כַּרמל, און האָט זיך אײַנגעבױגן צו דער ערד, און אַרײַנגעטאָן זײַן פּנים צװישן זײַנע קני.
43
און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג: גײ אַקאָרשט אַרױף, טו אַ קוק קעגן ים. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געקוקט, און ער האָט געזאָגט: ניטאָ גאָרנישט. האָט ער געזאָגט: ״גײ װידער״, זיבן מאָל.
44
און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן מאָל, האָט ער געזאָגט: זע, אַ קלײן װאָלקנדל אָזױ װי די האַנט פֿון אַ מענטשן גײט אױף פֿון ים. האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף, זאָג צו אַחאבֿן: שפּאַן אײַן און נידער אַראָפּ. כּדי דער רעגן זאָל דיך ניט פֿאַרהאַלטן.
45
און עס איז געװען, אײדער װאָס װען איז דער הימל שװאַרץ געװאָרן פֿון װאָלקנס און געװיטער, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער רעגן. און אַחאבֿ האָט זיך אַרױפֿגעזעצט, און איז אַװעק קײן יזרעאל.
46
און די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף אֵלִיָהון, און ער האָט אָנגעגורט זײַנע לענדן, און איז געלאָפֿן פֿאַרױס פֿאַר אַחאבֿן ביז װוּ דו קומסט קײן יזרעאל.