אידיש
1
און שלמה המלך האָט ליב געהאַט פֿיל פֿרעמדגעבאָרענע װײַבער, אחוץ פּרעהס טאָכטער: מואָבֿישע, עמונישע, אדומישע, צידונישע, חִתּישע;
2
פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון ישׂראל: איר זאָלט ניט קומען צװישן זײ און זײ זאָלן ניט קומען צװישן אײַך; זײ װעלן זיכער אָפּנײַגן אײַער האַרץ נאָך זײערע געטער. אָן זײ האָט שלמה זיך באַהעפֿט אין ליבשאַפֿט.
3
און ער האָט געהאַט זיבן הונדערט װײַבער האַרינטעס, און דרײַ הונדערט קעפּסװײַבער, און זײַנע װײַבער האָבן אָפּגענײַגט זײַן האַרץ.
4
און עס איז געװען צו דער צײַט פֿון שלמהס עלטער, האָבן זײַנע װײַבער אָפּגענײַגט זײַן האַרץ נאָך פֿרעמדע געטער, און זײַן האַרץ איז ניט געװען גאַנץ מיט יהוה זײַן גאָט, אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן.
5
און שלמה איז געגאַנגען נאָך עשתּוֹרות דער געטין פֿון די צידונים, און נאָך מִלכּום, דער אומװערדיקײט פֿון די עמונים.
6
און שלמה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט, און ער איז ניט געגאַנגען אין גאַנצן נאָך גאָט, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד.
7
דענצמאָל האָט שלמה געבױט אַ בָמָה צו כּמוש, דער אומװערדיקײט פֿון מואָבֿ, אױף דעם באַרג װאָס פֿאַר ירושלים, און צו מוֹלֶך, דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עמון.
8
און אַזױ האָט ער געטאָן מיט אַלע זײַנע פֿרעמדע װײַבער, װאָס האָבן גערײכערט און געשלאַכט צו זײערע געטער.
9
האָט גאָט געצערנט אױף שלמהן, װײַל זײַן האַרץ האָט זיך אָפּגענײַגט פֿון יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל, װאָס האָט זיך באַװיזן צו אים צװײ מאָל,
10
און האָט אים באַפֿױלן װעגן דער דאָזיקער זאַך, ניט צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער; און ער האָט ניט געהיט װאָס גאָט האָט באַפֿױלן.
11
און גאָט האָט געזאָגט צו שלמהן: װײַל דאָס איז געװען אין דיר, און דו האָסט ניט געהיט מײַן בונד, און מײַנע געזעצן װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן, װעל איך אַװעקרײַסן די מלוכה פֿון דיר, און װעל זי אַװעקגעבן צו דײַנעם אַ קנעכט.
12
אָבער אין דײַנע טעג װעל איך דאָס ניט טאָן, פֿון דײַן פֿאָטער דָוִדס װעגן; פֿון דײַן זונס האַנט װעל איך זי אַװעקרײַסן.
13
נאָר די גאַנצע מלוכה װעל איך ניט אַװעקרײַסן; אײן שבֿט װעל איך געבן צו דײַן זון, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, און פֿון װעגן ירושלים װאָס איך האָב אױסדערװײלט.
14
און גאָט האָט אױפֿגעשטעלט אַ שׂטן אױף שלמהן, הַדַד דעם אַדוֹמי. ער איז געװען פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם אין אדום.
15
און עס איז געװען, װען דוד איז געװען אין אדום, בעת יוֹאָבֿ דער חיל-פֿירער איז אַרױפֿגעגאַנגען באַגראָבן די געטײטע, און האָט געשלאָגן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אדום.
16
װאָרום זעקס חדשים איז דאָרטן געבליבן יוֹאָבֿ און גאַנץ ישׂראל, ביז ער האָט פֿאַרשניטן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אדום.
17
איז הַדַד אַנטלאָפֿן, ער און עטלעכע אדומים פֿון זײַן פֿאָטערס קנעכט מיט אים, כּדי צו גײן קײן מצרים; און הַדַד איז געװען אַ קלײן ייִנגל.
18
און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון מדין, און זײ זײַנען געקומען קײן פּאָרָן, און זײ האָבן מיטגענומען מיט זיך מענטשן פֿון פּאָרָן, און זײַנען געקומען קײן מצרים צו פּרעה דעם מלך פֿון מצרים. און ער האָט אים געגעבן אַ הױז, און האָט אָנגעזאָגט פֿאַר אים שפּײַז, און אים געגעבן לאַנד.
19
און הַדַד האָט געפֿונען גרױס חן אין די אױגן פֿון פּרעהן, און ער האָט אים געגעבן פֿאַר אַ װײַב די שװעסטער פֿון זײַן װײַב, די שװעסטער פֿון דער מלכּה תַּחפּניס.
20
און די שװעסטער פֿון תַּחפּניסן האָט אים געבאָרן זײַן זון גנוּבֿתן, און תַּחפּניס האָט אים אַנטװײנט אין פּרעהס הױז. און גנוּבֿת איז געװען אין פּרעהס הױז צװישן די קינדער פֿון פּרעהן.
21
און װי הַדַד האָט געהערט אין מצרים אַז דוד האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און אַז יוֹאָבֿ דער חיל-פֿירער איז טױט, אַזױ האָט הַדַד געזאָגט צו פּרעהן: לאָז מיך אַװעק, און איך װעל גײן אין מײַן לאַנד.
22
האָט פּרעה צו אים געזאָגט: אָבער װאָס פֿעלט דיר בײַ מיר, אַז אָט װילסטו גײן אין דײַן לאַנד? האָט ער געזאָגט: גאָרנישט; אָבער אַװעקלאָזן מוזטו מיך אַװעקלאָזן.
23
אױך האָט גאָט אױפֿעגשטעלט אױף אים אַ שׂטן, רזוֹן דעם זון פֿון אֶליָדָען, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן האַר, הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה.
24
און ער האָט אױפֿגעקליבן אַרום זיך מענטשן, און ער איז געװאָרן דער הױפּטמאַן פֿון אַ באַנדע, בעת דוד האָט געהרגעט די [מענטשן פֿון צוֹבֿה]. און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען קײן דמשׂק, און האָבן זיך אין איר באַזעצט, און האָבן געקיניגט אין דמשׂק.
25
און ער איז געװען אַ שׂטן צו ישׂראל אַלע טעג פֿון שלמהן, אחוץ דאָס בײז װאָס הַדַד [האָט אָנגעטאָן]. און ער האָט פֿײַנט געהאַט ישׂראל. און ער האָט געקיניגט איבער ארם.
26
און יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבֿטן, אַן אֶפֿרַיִמער פֿון צרֵדה, שלמהס אַ קנעכט, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען צרוּעָה, אַ פֿרױ אַן אלמנה, האָט אױך אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך.
27
און דאָס איז די מעשׂה װי אַזױ ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט אַקעגן דעם מלך: שלמה האָט געבױט דעם מלוא; ער האָט פֿאַרמױערט דעם בראָך פֿון זײַן פֿאָטערס דוד שטאָט.
28
און דער מאַן יָרָבֿעָם איז געװען אַ העלדישער גִבור, און שלמה האָט געזען דעם יונג אַז ער איז אַן אַרבעטטוער, און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער דער גאַנצער לאַסטאַרבעט פֿון דעם הױז פֿון יוסף.
29
און עס איז געװען אין יענער צײַט, װען יָרָבֿעָם איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושלים. האָט אים אָנגעטראָפֿן אױפֿן װעג דער נבֿיא אַחִיה פֿון שילו; און ער איז געװען אײַנגעדעקט אין אַ נײַעם מאַנטל, און בלױז זײ בײדע זײַנען געװען אין פֿעלד.
30
האָט אַחִיה אָנגענומען דעם נײַעם מאַנטל װאָס אױף אים, און האָט אים צעריסן אױף צװעלף שטיקער.
31
און ער האָט געזאָגט צו יָרָבֿעָמען: נעם דיר צען שטיקער, װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: זע, איך רײַס אַװעק די מלוכה פֿון שלמהס האַנט, און װעל דיר געבן צען שבֿטים –
32
און אײן שבֿט זאָל אים בלײַבן, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, און פֿון װעגן ירושלים, דער שטאָט װאָס איך האָב זי אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל –
33
דערפֿאַר װאָס זײ האָבן מיך פֿאַרלאָזן, און האָבן זיך געבוקט צו עשתּוֹרות דער געטין פֿון די צידונים, צו כָּמוש דעם גאָט פֿון מואָבֿ, און צו מִלכּום דעם גאָט פֿון די קינדער פֿון עמון, און זײ זײַנען ניט געגאַנגען אין מײַנע װעגן, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, און מײַנע חוקים און מײַנע געזעצן, אַזױ װי זײַן פֿאָטער דוד.
34
אָבער איך װעל ניט אַװעקנעמען די גאַנצע מלוכה פֿון זײַן האַנט, נײערט איך װעל אים לאָזן זײַן אַ פֿירשט אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, פֿון װעגן מײַן קנעכט דָוִדן, װאָס איך האָב אים אױסדערװײלט, װײַל ער האָט געהיט מײַנע געבאָט און מײַנע געזעצן.
35
אָבער איך װעל אַװעקנעמען די מלוכה פֿון דער האַנט פֿון זײַן זון, און װעל זי אָפּגעבן צו דיר – די צען שבֿטים.
36
און זײַן זון װעל איך געבן אײן שבֿט, כּדי אַ ליכט זאָל בלײַבן מײַן קנעכט דָוִדן אַלע טעג פֿאַר מיר אין ירושלים, דער שטאָט װאָס איך האָב מיר אױסדערװײלט צו טאָן מײַן נאָמען דאָרטן.
37
און דיך װעל איך נעמען, און װעסט קיניגן װי װײַט דײַן האַרץ געלוסט, און װעסט זײַן אַ מלך איבער ישׂראל.
38
און עס װעט זײַן, אױב דו װעסט צוהערן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן און װעסט גײן אין מײַנע װעגן, און װעסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן, צו היטן מײַנע געזעצן און מײַנע געבאָט, אַזױ װי מײַן קנעכט דוד האָט געטאָן, װעל איך זײַן מיט דיר, און װעל דיר בױען אַ זיכער הױז, אַזױ װי איך האָב געבױט דָוִדן, און איך װעל געבן ישׂראל צו דיר.
39
און איך װעל פּײַניקן דעם זאָמען פֿון דָוִדן פֿון װעגן דעם, אָבער ניט אױף אַלע טעג.
40
און שלמה האָט געזוכט צו טײטן יָרָבֿעָמען. איז יָרָבֿעָם אױפֿגעשטאַנען און איז אַנטלאָפֿן קײן מצרים צו שישַק דעם מלך פֿון מצרים; און ער איז געװען אין מצרים ביז שלמהס טױט.
41
און די איבעריקע זאַכן װעגן שלמהן, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, און זײַן חכמה, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די געשעענישן פֿון שלמהן.
42
און די טעג װאָס שלמה האָט געקיניגט אין ירושלים איבער גאַנץ ישׂראל, זײַנען געװען פֿערציק יאָר.
43
און שלמה האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן אין זײַן פֿאָטער דָוִדס שטאָט, און זײַן זון רחַבֿעם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.