Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט געזאָגט צו נֹחן: גײ אַרײַן דו און דײַן גאַנץ הױזגעזינט אין דער תּבֿה, װאָרום דיך האָב איך געזען גערעכט פֿאַר מיר אין דעם דאָזיקן דור. 2 פֿון אַלע רײנע בהמות זאָלסטו דיר נעמען צו זיבן און זיבן, איטלעכס מיט זײַן פּאָר; און פֿון די בהמות װאָס זײ זײַנען ניט רײן, צו צװײ, איטלעכס מיט זײַן פּאָר. 3 אױך פֿון די פױגלען פֿון הימל צו זיבן און זיבן, אַן ער און אַ זי, כּדי צו דערהאַלטן זאָמען אױפֿן געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד. 4 װאָרום אין זיבן טעג אַרום, מאַך איך רעגענען אױף דער ערד פערציק טעג און פערציק נעכט, און איך װעל אָפּמעקן דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס איך האָב געמאַכט, פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד. 5 און נֹח האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפױלן. 6 און נֹח איז געװען זעקס הונדערט יאָר אַלט, װען דער מבול איז געװען אױף דער ערד. 7 און נֹח, און זײַנע זין, און זײַן װײַב, און זײַנע זינס װײַבער, מיט אים, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין דער תּבֿה, פֿון װעגן דעם װאַסער פֿון מבול. 8 פֿון די רײנע בהמות, און פֿון די בהמות װאָס זײַנען ניט רײן, און פֿון די פױגלען און אַלץ װאָס קריכט אױף דער ערד, 9 זײַנען צו צװײ צו צװײ אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, אַ זָכר און אַ נקבֿה, אַזױ װי גאָט האָט באַפױלן נֹחן. 10 און עס איז געװען צו זיבן טעג, אַזױ איז דאָס װאַסער פֿון מבול געװען אױף דער ערד. 11 אין דעם זעקס הונדערטסטן יאָר פֿון נֹחס לעבן, אין צװײטן חודש, אין זיבעצנטן טאָג פֿון חודש, אין דעם דאָזיקן טאָג האָבן אױסגעבראָכן אַלע קװאַלן פֿון גרױסן תּהָום, און די פענצטער פֿון הימל האָבן זיך געעפנט. 12 און דער רעגן איז געװען אױף דער ערד פערציק טעג און פערציק נעכט. 13 אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג זײַנען אַרײַנגעגאַנגען נֹח, און שֵם, און חָם, און יֶפֶת, נֹחס זין, און נֹחס װײַב, און די דרײַ װײַבער פֿון זײַנע זין מיט זײ, אין דער תּבֿה; 14 זײ, און אַלע חיות לױט זײערע מינים, און אַלע בהמות לױט זײערע מינים, און אַלע שרצים װאָס קריכן אױף דער ערד לױט זײערע מינים, און אַלע עופות לױט זײערע מינים, איטלעך פױגל, איטלעך געפליגל. 15 און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען צו נֹחן אין דער תּבֿה, צו צװײ, צו צװײ פֿון אַלע לײַבער װאָס אין זײ איז דאָ אַן אָטעם פֿון לעבן. 16 און די װאָס זײַנען אַרײַנגעגאַנגען, זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אַ זָכר און אַ נקבֿה פֿון אַלע לײַבער, אַזױ װי גאָט האָט אים באַפױלן; און גאָט האָט פֿאַרשלאָסן הינטער אים. 17 און דער מבול איז געװען פערציק טעג אױף דער ערד, און די װאַסערן האָבן זיך געמערט, און זײ האָבן געטראָגן די תּבֿה, און זי האָט זיך אױפֿגעהױבן איבער דער ערד. 18 און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט, און האָבן זיך זײער געמערט אױף דער ערד, און די תּבֿה איז געגאַנגען אױף דער אױבערפלעך פֿון די װאַסערן. 19 און די װאַסערן האָבן זיך זײער זײער געשטאַרקט אױף דער ערד; און עס זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן אַלע הױכע בערג װאָס אונטערן גאַנצן הימל. 20 פופצן אײלן אַריבער האָבן זיך די װאַסערן געשטאַרקט, און די בערג זײַנען פֿאַרדעקט געװאָרן. 21 און עס איז אומגעקומען יעטװעדער לײַב װאָס באַװעגט זיך אױף דער ערד, סײַ אַ פױגל, סײַ אַ בהמה, סײַ אַ חיה, סײַ יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש; 22 אַלץ װאָס אין זײַנע נאָזלעכער איז געװען אַ הױך פֿון אַ לעבעדיקן אָטעם, אַלץ װאָס אױף דער יבשה, איז געשטאָרבן. 23 און ער האָט אָפּגעמעקט דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה, ביז אַ שרץ, און ביז אַ פױגל פֿון הימל; און זײ זײַנען אָפּגעמעקט געװאָרן פֿון דער ערד, און נאָר נֹח איז געבליבן, און די װאָס מיט אים אין דער תּבֿה. 24 און די װאַסערן האָבן זיך געשטאַרקט אױף דער ערד הונדערט און פֿופֿציק טעג.
עברית
1 וַיֹּ֤אמֶר יְהוָה֙ לְנֹ֔חַ בֹּֽא־אַתָּ֥ה וְכָל־בֵּיתְךָ֖ אֶל־הַתֵּבָ֑ה כִּֽי־אֹתְךָ֥ רָאִ֛יתִי צַדִּ֥יק לְפָנַ֖י בַּדּ֥וֹר הַזֶּֽה׃ 2 מִכֹּ֣ל הַבְּהֵמָ֣ה הַטְּהוֹרָ֗ה תִּֽקַּח־לְךָ֛ שִׁבְעָ֥ה שִׁבְעָ֖ה אִ֣ישׁ וְאִשְׁתּ֑וֹ וּמִן־הַבְּהֵמָ֡ה אֲ֠שֶׁר לֹ֣א טְהֹרָ֥ה הִ֛וא שְׁנַ֖יִם אִ֥ישׁ וְאִשְׁתּֽוֹ׃ 3 גַּ֣ם מֵע֧וֹף הַשָּׁמַ֛יִם שִׁבְעָ֥ה שִׁבְעָ֖ה זָכָ֣ר וּנְקֵבָ֑ה לְחַיּ֥וֹת זֶ֖רַע עַל־פְּנֵ֥י כָל־הָאָֽרֶץ׃ 4 כִּי֩ לְיָמִ֨ים ע֜וֹד שִׁבְעָ֗ה אָֽנֹכִי֙ מַמְטִ֣יר עַל־הָאָ֔רֶץ אַרְבָּעִ֣ים י֔וֹם וְאַרְבָּעִ֖ים לָ֑יְלָה וּמָחִ֗יתִי אֶֽת־כָּל־הַיְקוּם֙ אֲשֶׁ֣ר עָשִׂ֔יתִי מֵעַ֖ל פְּנֵ֥י הֽ͏ָאֲדָמָֽה׃ 5 וַיַּ֖עַשׂ נֹ֑חַ כְּכֹ֥ל אֲשֶׁר־צִוָּ֖הוּ יְהוָֽה׃ 6 וְנֹ֕חַ בֶּן־שֵׁ֥שׁ מֵא֖וֹת שָׁנָ֑ה וְהַמַּבּ֣וּל הָיָ֔ה מַ֖יִם עַל־הָאָֽרֶץ׃ 7 וַיָּ֣בֹא נֹ֗חַ וּ֠בָנָיו וְאִשְׁתּ֧וֹ וּנְשֵֽׁי־בָנָ֛יו אִתּ֖וֹ אֶל־הַתֵּבָ֑ה מִפְּנֵ֖י מֵ֥י הַמַּבּֽוּל׃ 8 מִן־הַבְּהֵמָה֙ הַטְּהוֹרָ֔ה וּמִן־הַ֨בְּהֵמָ֔ה אֲשֶׁ֥ר אֵינֶ֖נָּה טְהֹרָ֑ה וּמִ֨ן־הָע֔וֹף וְכֹ֥ל אֲשֶׁר־רֹמֵ֖שׂ עַל־הָֽאֲדָמָֽה׃ 9 שְׁנַ֨יִם שְׁנַ֜יִם בָּ֧אוּ אֶל־נֹ֛חַ אֶל־הַתֵּבָ֖ה זָכָ֣ר וּנְקֵבָ֑ה כּֽ͏ַאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה אֱלֹהִ֖ים אֶת־נֹֽחַ׃ 10 וֽ͏ַיְהִ֖י לְשִׁבְעַ֣ת הַיָּמִ֑ים וּמֵ֣י הַמַּבּ֔וּל הָי֖וּ עַל־הָאָֽרֶץ׃ 11 בִּשְׁנַ֨ת שֵׁשׁ־מֵא֤וֹת שָׁנָה֙ לְחַיֵּי־נֹ֔חַ בַּחֹ֙דֶשׁ֙ הַשֵּׁנִ֔י בְּשִׁבְעָֽה־עָשָׂ֥ר י֖וֹם לַחֹ֑דֶשׁ בַּיּ֣וֹם הַזֶּ֗ה נִבְקְעוּ֙ כָּֽל־מַעְיְנֹת֙ תְּה֣וֹם רַבָּ֔ה וַאֲרֻבֹּ֥ת הַשָּׁמַ֖יִם נִפְתָּֽחוּ׃ 12 וֽ͏ַיְהִ֥י הַגֶּ֖שֶׁם עַל־הָאָ֑רֶץ אַרְבָּעִ֣ים י֔וֹם וְאַרְבָּעִ֖ים לָֽיְלָה׃ 13 בְּעֶ֨צֶם הַיּ֤וֹם הַזֶּה֙ בָּ֣א נֹ֔חַ וְשֵׁם־וְחָ֥ם וָיֶ֖פֶת בְּנֵי־נֹ֑חַ וְאֵ֣שֶׁת נֹ֗חַ וּשְׁלֹ֧שֶׁת נְשֵֽׁי־בָנָ֛יו אִתָּ֖ם אֶל־הַתֵּבָֽה׃ 14 הֵ֜מָּה וְכָל־הֽ͏ַחַיָּ֣ה לְמִינָ֗הּ וְכָל־הַבְּהֵמָה֙ לְמִינָ֔הּ וְכָל־הָרֶ֛מֶשׂ הָרֹמֵ֥שׂ עַל־הָאָ֖רֶץ לְמִינֵ֑הוּ וְכָל־הָע֣וֹף לְמִינֵ֔הוּ כֹּ֖ל צִפּ֥וֹר כָּל־כָּנָֽף׃ 15 וַיָּבֹ֥אוּ אֶל־נֹ֖חַ אֶל־הַתֵּבָ֑ה שְׁנַ֤יִם שְׁנַ֙יִם֙ מִכָּל־הַבָּשָׂ֔ר אֲשֶׁר־בּ֖וֹ ר֥וּחַ חַיִּֽים׃ 16 וְהַבָּאִ֗ים זָכָ֨ר וּנְקֵבָ֤ה מִכָּל־בָּשָׂר֙ בָּ֔אוּ כּֽ͏ַאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה אֹת֖וֹ אֱלֹהִ֑ים וַיִּסְגֹּ֥ר יְהוָ֖ה בּֽ͏ַעֲדֽוֹ׃ 17 וֽ͏ַיְהִ֧י הַמַּבּ֛וּל אַרְבָּעִ֥ים י֖וֹם עַל־הָאָ֑רֶץ וַיִּרְבּ֣וּ הַמַּ֗יִם וַיִּשְׂאוּ֙ אֶת־הַתֵּבָ֔ה וַתָּ֖רָם מֵעַ֥ל הָאָֽרֶץ׃ 18 וַיִּגְבְּר֥וּ הַמַּ֛יִם וַיִּרְבּ֥וּ מְאֹ֖ד עַל־הָאָ֑רֶץ וַתֵּ֥לֶךְ הַתֵּבָ֖ה עַל־פְּנֵ֥י הַמָּֽיִם׃ 19 וְהַמַּ֗יִם גָּֽבְר֛וּ מְאֹ֥ד מְאֹ֖ד עַל־הָאָ֑רֶץ וַיְכֻסּ֗וּ כָּל־הֽ͏ֶהָרִים֙ הַגְּבֹהִ֔ים אֲשֶׁר־תַּ֖חַת כָּל־הַשָּׁמָֽיִם׃ 20 חֲמֵ֨שׁ עֶשְׂרֵ֤ה אַמָּה֙ מִלְמַ֔עְלָה גָּבְר֖וּ הַמָּ֑יִם וַיְכֻסּ֖וּ הֶהָרִֽים׃ 21 וַיִּגְוַ֞ע כָּל־בָּשָׂ֣ר הָרֹמֵ֣שׂ עַל־הָאָ֗רֶץ בָּע֤וֹף וּבַבְּהֵמָה֙ וּבַ֣חַיָּ֔ה וּבְכָל־הַשֶּׁ֖רֶץ הַשֹּׁרֵ֣ץ עַל־הָאָ֑רֶץ וְכֹ֖ל הָאָדָֽם׃ 22 כֹּ֡ל אֲשֶׁר֩ נִשְׁמַת־ר֨וּחַ חַיִּ֜ים בְּאַפָּ֗יו מִכֹּ֛ל אֲשֶׁ֥ר בֶּחָֽרָבָ֖ה מֵֽתוּ׃ 23 וַיִּ֜מַח אֶֽת־כָּל־הַיְק֣וּם אֲשֶׁ֣ר עַל־פְּנֵ֣י הֽ͏ָאֲדָמָ֗ה מֵאָדָ֤ם עַד־בְּהֵמָה֙ עַד־רֶ֙מֶשׂ֙ וְעַד־ע֣וֹף הַשָּׁמַ֔יִם וַיִּמָּח֖וּ מִן־הָאָ֑רֶץ וַיִשָּׁ֧אֶר אַךְ־נֹ֛חַ וֽ͏ַאֲשֶׁ֥ר אִתּ֖וֹ בַּתֵּבָֽה׃ 24 וַיִּגְבְּר֥וּ הַמַּ֖יִם עַל־הָאָ֑רֶץ חֲמִשִּׁ֥ים וּמְאַ֖ת יֽוֹם׃