אידיש
1
און יוֹסף איז אַראָפּגענידערט געװאָרן קײן מִצרַיִם, און פּוֹטיפַר, אַ הױפדינער פֿון פַּרעהן, דער אױבערלײַבװעכטער, אַ מִצרישער מאַן, האָט אים אָפּגעקױפט פֿון דער האַנט פֿון די יִשמעאֵלים װאָס האָבן אים אַהין אַראָפּגענידערט.
2
און גאָט איז געװען מיט יוֹספֿן, און ער איז געװען אַ באַגליקטער מענטש; און ער איז געװען אין הױז פֿון זײַן האַר דעם מִצרי.
3
און זײַן האַר האָט געזען, אַז גאָט איז מיט אים, און אַלץ װאָס ער טוט, באַגליקט גאָט אין זײַן האַנט;
4
האָט יוֹסף געפונען חן אין זײַנע אױגן, און ער האָט אים באַדינט. און ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן הױז, און אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, האָט ער איבערגעגעבן אין זײַן האַנט.
5
און עס איז געװען, פֿון זינט ער האָט אים אױפֿגעזעצט איבער זײַן הױז, און איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט, האָט גאָט געבענטשט דעם מִצריס הױז פֿון יוֹספס װעגן, און אַ ברכה פֿון גאָט איז געװען אױף אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין הױז און אין פעלד.
6
האָט ער איבערגעלאָזן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט אין יוֹספס האַנט, און ער האָט לעבן אים ניט געװוּסט פֿון קײן זאַך, אַחוץ דעם ברױט װאָס ער האָט געגעסן. און יוֹסף איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים.
7
און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט זײַן האַרס װײַב אױפֿגעהױבן אירע אױגן אױף יוֹספֿן, און זי האָט געזאָגט: ליג מיט מיר.
8
האָט ער ניט געװאָלט, און ער האָט געזאָגט צו זײַן האַרס װײַב: זע, מײַן האַר װײס ניט לעבן מיר װאָס אין הױז טוט זיך, און אַלץ װאָס ער האָט, האָט ער איבערגעגעבן אין מײַן האַנט.
9
ער איז אין דעם דאָזיקן הױז ניט גרעסער פֿון מיר, און ער האָט ניט פֿאַרמיטן פֿון מיר קײן זאַך, נאָר בלױז דיך, װײַל דו ביסט זײַן װײַב. הײַנט װי קען איך טאָן דאָס דאָזיקע גרױסע בײז, און זינדיקן צו גאָט?
10
און עס איז געװען, אַז זי האָט גערעדט צו יוֹספֿן טאָג פֿאַר טאָג, און ער האָט ניט צוגעהערט צו איר, צו ליגן מיט איר, צו זײַן מיט איר,
11
איז, אײן טאָג װען ער איז אַרײַנגעקומען אין הױז צו טאָן זײַן אַרבעט, און קײן מענטש פֿון די הױזלײַט איז דאָרטן ניט געװען אין הױז,
12
האָט זי אים אָנגעכאַפּט פֿאַר זײַן קלײד, אַזױ צו זאָגן: ליג מיט מיר. האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן.
13
און עס איז געװען, װי זי האָט געזען, אַז ער האָט איבערגעלאָזן זײַן קלײד אין איר האַנט, און איז אַנטלאָפֿן דרױסן,
14
אַזױ האָט זי גערופֿן צו אירע הױזלײַט, און האָט צו זײ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: זעט, מע האָט אונדז געבראַכט אַ מאַן אַ עִברי, צו מאַכן געשפּעט פֿון אונדז; ער איז געקומען צו מיר צו ליגן מיט מיר, און איך האָב גערופֿן אױף אַ הױכן קָול.
15
איז, װי ער האָט געהערט, אַז איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן קָול און האָב גערופֿן, אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד בײַ מיר, און איז אַנטלאָפֿן און אַרױס דרױסן.
16
און זי האָט אַװעקגעלײגט זײַן קלײד בײַ זיך, ביז זײַן האַר איז געקומען אַהײם.
17
און זי האָט גערעדט צו אים אַזױ װי די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן: דער קנעכט דער עִברי װאָס דו האָסט אונדז געבראַכט, איז געקומען צו מיר צו מאַכן געשפּעט פֿון מיר.
18
און עס איז געװען, װי איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן קָול און האָב גערופֿן, אַזױ האָט ער איבערגעלאָזן זײַן קלײד בײַ מיר, און איז אַנטלאָפֿן דרױסן.
19
און עס איז געװען, װי זײַן האַר האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן װײַב, װאָס זי האָט צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אַזעלכע זאַכן האָט געטאָן צו מיר דײַן קנעכט, האָט זײַן צאָרן געגרימט.
20
און יוֹספס האַר האָט אים גענומען, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין געפענקעניש, אין דעם אָרט װוּ דעם מלכס געפאַנגענע זײַנען אײַנגעשפֿאַרט; און ער איז דאָרטן געװען אין געפענקעניש.
21
און גאָט איז געװען מיט יוֹספֿן, און ער האָט גענײַגט צו אים גענאָד, און אים געגעבן חן אין די אױגן פֿון דעם האַר פֿון געפענקעניש.
22
און דער האַר פֿון געפענקעניש האָט איבערגעגעבן אױף דער האַנט פֿון יוֹספֿן אַלע געפאַנגענע װאָס אין געפענקעניש; און אַלץ װאָס מע האָט דאָרטן געטאָן, האָט ער אױפֿגעטאָן.
23
דער האַר פֿון געפענקעניש האָט ניט נאָכגעקוקט קײן שום זאַך אונטער זײַן האַנט, װײַל גאָט איז געװען מיט אים, און װאָס ער האָט געטאָן, האָט גאָט באַגליקט.