אידיש
1
און יעקב איז געזעסן אין דעם לאַנד פֿון זײַן פאָטערס װוֹּינשאַפט, אין לאַנד כּנַעַן.
2
דאָס איז די געשיכטע פֿון יעקבן: יוֹסף צו זיבעצן יאָר איז געװען אַ פּאַסטוך מיט זײַנע ברידער בײַ די שאָף; און ער איז געװען אַ ייִנגל אַקעגן די זין פֿון בלהָהן, און אַקעגן די זין פֿון זִלפָּהן, די װײַבער פֿון זײַן פאָטער; און יוֹסף האָט געבראַכט בײזע רײד אױף זײ צו זײער פאָטער.
3
און ישׂראל האָט ליב געהאַט יוֹספֿן מער פֿון אַלע זײַנע זין, װײַל ער איז בײַ אים געװען אַ בן-זקונים. און ער האָט אים געמאַכט אַ געשטרײַפט העמדל.
4
און אַז זײַנע ברידער האָבן געזען אַז זײער פאָטער האָט אים ליבער פֿון אַלע זײַנע ברידער, האָבן זײ אים פײַנט געקריגן, און ניט געקענט רעדן צו אים פרידלעך.
5
און יוֹספֿן האָט זיך געחלומט אַ חלום, און ער האָט דערצײלט זײַנע ברידער, און זײ האָבן אים נאָך מער פײַנט געקריגן.
6
און ער האָט צו זײ געזאָגט: הערט אַקאָרשט דעם דאָזיקן חלום װאָס מיר האָט זיך געחלומט:
7
מיר בינדן אַזױ גאַרבן אין פעלד, ערשט מײַן גאַרב האָט זיך אױפֿגעהױבן, און איז אױך געבליבן שטײן; און זע, אײַערע גאַרבן האָבן זיך אַרומגעשטעלט, און האָבן זיך געבוקט צו מײַן גאַרב.
8
האָבן זײַנע ברידער צו אים געזאָגט: קיניגן װילסטו קיניגן איבער אונדז? אָדער געװעלטיקן װילסטו געװעלטיקן איבער אונדז? און זײ האָבן אים נאָך מער פײַנט געקריגן פֿאַר זײַנע חלוֹמות, און פֿאַר זײַנע רײד.
9
און אים האָט זיך װידער געחלומט אַן אַנדער חלום, און ער האָט דערצײלט זײַנע ברידער, און האָט געזאָגט: אָט האָט זיך מיר װידער געחלומט אַ חלום: ערשט די זון און די לבנה און די עלף שטערן בוקן זיך צו מיר.
10
און װי ער האָט עס דערצײלט זײַן פאָטער און זײַנע ברידער, האָט זײַן פאָטער אָנגעשריען אױף אים, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ חלום װאָס דיר האָט זיך געחלומט? זאָל איך און דײַן מוטער און דײַנע ברידער גאָר קומען זיך בוקן פֿאַר דיר צו דער ערד?
11
און די ברידער האָבן אים מקנא געװען; אָבער זײַן פאָטער האָט די זאַך געהאַלטן אין זינען.
12
און זײַנע ברידער זײַנען געגאַנגען פיטערן די שאָף פֿון זײער פאָטער אין שכֶם.
13
האָט ישׂראל געזאָגט צו יוֹספֿן: דײַנע ברידער פיטערן דאָך אין שכֶם; קום און איך װעל דיך שיקן צו זײ. האָט ער צו אים געזאָגט: דאָ בין איך.
14
האָט ער צו אים געזאָגט: גײ אַקאָרשט זע אױב פריד איז צו דײַנע ברידער, און פריד צו די שאָף, און ברענג מיר אַן ענטפער. און ער האָט אים אַװעקגעשיקט פֿון דעם טאָל פֿון חֶברוֹן, און ער איז געקומען קײן שכֶם.
15
האָט אים געפונען אַ מאַן, ערשט ער בלאָנדזשעט אום אין פעלד; און דער מאַן האָט אים געפרעגט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זוכסטו?
16
האָט ער געזאָגט: מײַנע ברידער זוך איך; זאָג מיר, איך בעט דיך, װוּ פיטערן זײ?
17
האָט דער מאַן געזאָגט: זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון דאַנען, װאָרום איך האָב געהערט װי זײ זאָגן: לאָמיר גײן קײן דוֹתָן. איז יוֹסף געגאַנגען נאָך זײַנע ברידער, און ער האָט זײ געפונען אין דוֹתָן.
18
און װי זײ האָבן אים דערזען פֿון װײַטן, און אײדער נאָך ער האָט גענענט צו זײ, האָבן זײ זיך געקליגט קעגן אים, אים צו טײטן.
19
און זײ האָבן געזאָגט אײנער צום אַנדערן: אָן קומט דער דאָזיקער בעל-חלוֹמות.
20
און אַצונד, קומט, און לאָמיר אים הרגען, און אים אַרײַנװאַרפֿן אין אײנער פֿון די גריבער, און מיר װעלן זאָגן: אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן; און מיר װעלן זען װאָס װעט װערן פֿון זײַנע חלוֹמות.
21
האָט ראובן דערהערט, און ער האָט אים געזוכט מציל צו זײַן פֿון זײער האַנט, און האָט געזאָגט: לאָמיר אים ניט נעמען דאָס לעבן.
22
און ראובן האָט צו זײ געזאָגט: איר זאָלט ניט פֿאַרגיסן קײן בלוט; װאַרפט אים אַרײַן אין יענער גרוב װאָס אין מדבר, אָבער אַ האַנט זאָלט איר ניט אױסשטרעקן אױף אים – כּדי אים מציל צו זײַן פֿון זײער האַנט, אים אומצוקערן צו זײַן פאָטער.
23
און עס איז געװען, װי יוֹסף איז צוגעקומען צו זײַנע ברידער, אַזױ האָבן זײ אױסגעטאָן יוֹספֿן זײַן העמדל, דאָס געשטרײַפטע העמדל װאָס אױף אים.
24
און זײ האָבן אים גענומען, און האָבן אים אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער גרוב. און די גרוב איז געװען לײדיק, קײן װאַסער איז אין איר ניט געװען.
25
און זײ האָבן זיך געזעצט עסן ברױט. און זײ האָבן אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, און האָבן אַ קוק געטאָן, ערשט אַ קאַראַװאַן יִשמעאֵלים קומט אָן פֿון גִלעָד, און זײערע קעמלען טראָגן געװירץ און באַלזאַם און לאַדאַן װאָס זײ גײען אַראָפּנידערן קײן מִצרַיִם.
26
האָט יהודה געזאָגט צו זײַנע ברידער: װאָס װעט אַרױסקומען, אַז מיר װעלן הרגען אונדזער ברודער, און מיר װעלן פֿאַרדעקן זײַן בלוט?
27
קומט, און לאָמיר אים פֿאַרקױפֿן צו די יִשמעאֵלים, און אונדזער האַנט זאָל ניט זײַן אױף אים; װאָרום אונדזער ברודער, אונדזער פלײש איז ער. און זײַנע ברידער האָבן צוגעהערט.
28
און װי די מִדיָנישע לײַט, די סָוחרים, זײַנען פֿאַרבײַגעגאַנגען, אַזױ האָבן זײ אַרױסגעצױגן און אַרױפגעבראַכט יוֹספֿן פֿון דער גרוב, און זײ האָבן פֿאַרקױפט יוֹספֿן צו די יִשמעאֵלים פֿאַר צװאַנציק זילבערשטיק; און די האָבן אַװעקגעפירט יוֹספֿן קײן מִצרַיִם.
29
און ראובן האָט זיך אומגעקערט צו דער גרוב, ערשט יוֹסף איז ניטאָ אין דער גרוב; האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער.
30
און ער האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע ברידער, און האָט געזאָגט: דער ייִנגל איז ניטאָ, און איך, װוּ טו איך מיך אַהין?
31
און זײ האָבן גענומען יוֹספס העמדל, און האָבן געשאָכטן אַ ציגנבאָק, און האָבן אײַנגעטונקט דאָס העמדל אין דעם בלוט.
32
און זײ האָבן אַװעקגעשיקט דאָס געשטרײַפטע העמדל, און געלאָזט ברענגען צו זײער פאָטער, און געלאָזט זאָגן: דאָס האָבן מיר געפונען; דערקען אַקאָרשט אױב דאָס איז דײַן זונס העמדל אָדער ניט.
33
האָט ער עס דערקענט, און ער האָט געזאָגט: מײַן זונס העמדל; אַ בײזע חיה האָט אים אױפֿגעגעסן, פֿאַרצוקן פֿאַרצוקט געװאָרן איז יוֹסף.
34
און יעקב האָט צעריסן זײַנע קלײדער, און אָנגעטאָן זאַק אױף זײַנע לענדן, און ער האָט געטרױערט אױף זײַן זון פיל טעג.
35
און אַלע זײַנע זין און אַלע זײַנע טעכטער זײַנען אױפֿגעשטאַנען אים צו טרײסטן, אָבער ער האָט זיך ניט געװאָלט טרײסטן; און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, אַן אָבל װעל איך נידערן צו מײַן זון אין קבֿר. און זײַן פאָטער האָט אים באַװײנט.
36
און די מִדיָנים האָבן אים פֿאַרקױפט אין מִצרַיִם צו פּוֹטיפַרן, אַ הױפדינער פֿון פַּרעהן, דעם אױבערלײַבװעכטער.