אידיש
1
און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון עֵשָׂון, דאָס איז אֶדוֹם.
2
עֵשָׂו האָט גענומען זײַנע װײַבער פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן: עָדָה די טאָכטער פֿון אֵילוֹן דעם חִתּי, און אָהליבָמָה די טאָכטער פֿון עַנָהן, די טאָכטער פֿון צִבְעוֹן דעם חִוִי;
3
און בשׂמַת די טאָכטער פֿון יִשמָעֵאלן, די שװעסטער פֿון נבָיוֹתן.
4
און עָדָה האָט עֵשָׂון געבאָרן אֶליפַזן; און בשׂמַת האָט געבאָרן רְעואֵלן;
5
און אָהליבָמָה האָט געבאָרן יְעושן, און יַעְלָמען, און קרַחן. דאָס זײַנען די זין פֿון עֵשָׂון, װאָס זײַנען אים געבאָרן געװאָרן אין לאַנד כּנַעַן.
6
און עֵשָׂו האָט גענומען זײַנע װײַבער, און זײַנע זין און זײַנע טעכטער, און אַלע נפשות פֿון זײַן הױזגעזינט, און זײַן פי, און אַלע זײַנע בהמות, און זײַן גאַנץ אײגנס װאָס ער האָט אָנגעקליבן אין לאַנד כּנַעַן, און ער איז אַװעקגעגאַנגען אין אַ לאַנד, אַװעק פֿון זײַן ברודער יעקבן.
7
װאָרום זײער פֿאַרמעג איז געװען צו גרױס אױף צו זיצן באַנאַנד, און דאָס לאַנד פֿון זײער װױנשאַפט האָט זײ ניט געקענט טראָגן פֿון װעגן זײער פי.
8
האָט עֵשָׂו זיך באַזעצט אױפֿן באַרג שֵׂעִיר; עֵשָׂו דאָס איז אֶדוֹם.
9
און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון עֵשָׂו דעם פאָטער פֿון אֶדוֹם אױפֿן באַרג שֵׂעִיר.
10
דאָס זײַנען די נעמען פֿון עֵשָׂוס זין: אֶליפַז דער זון פֿון עֵשָׂוס װײַב עָדָהן, רְעואֵל דער זון פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן.
11
און די זין פֿון אֶליפַזן זײַנען געװען: תֵּימָן, אוֹמָר, צפוֹ, און גַעְתָּם, און קנַז.
12
און תִּמנַע איז געװען אַ קעפּסװײַב פֿון עֵשָׂוס זון אֶליפַזן, און זי האָט אֶליפַזן געבאָרן עַמָלֵקן. דאָס זײַנען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב עָדָהן.
13
און דאָס זײַנען די זין פֿון רְעואֵלן: נַחַת, און זֶרַח, שַמָה, און מִזָה. דאָס זײַנען געװען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן.
14
און דאָס זײַנען געװען די זין פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָמָה דער טאָכטער פֿון עַנָהן, דער טאָכטער פֿון צִבְעוֹנען; זי האָט עֵשָׂון געבאָרן יְעושן, און יַעְלָמען, און קֹרַחן.
15
דאָס זײַנען די פירשטן פֿון די קינדער פֿון עֵשָׂו: די קינדער פֿון עֵשָׂוס בכָור אֶליפַזן: דער פירשט פֿון תֵּימָן, דער פירשט פֿון אוֹמָר, דער פירשט פֿון צפוֹ, דער פירשט פֿון קנַז,
16
דער פירשט פֿון קֹרַח, דער פירשט פֿון גַעְתָּם, דער פירשט פֿון עַמָלֵק. דאָס זײַנען די פירשטן פֿון אֶליפַז אין לאַנד אֶדוֹם. דאָס זײַנען די קינדער פֿון עָדָהן.
17
און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס זון רְעואֵלן: דער פירשט פֿון נַחַת, דער פירשט פֿון זֶרַח, דער פירשט פֿון שַמָה, דער פירשט פֿון מִזָה. דאָס זײַנען די פירשטן פֿון רְעואֵל אין לאַנד אֶדוֹם. דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס װײַב בשׂמַתן.
18
און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָמָהן: דער פירשט פֿון יְעוש, דער פירשט פֿון יַעְלָם, דער פירשט פֿון קֹרַח; דאָס זײַנען די פירשטן פֿון עֵשָׂוס װײַב אָהליבָמָה דער טאָכטער פֿון עַנָהן.
19
דאָס זײַנען די קינדער פֿון עֵשָׂו, און דאָס זײַנען זײערע פירשטן; דאָס איז אֶדוֹם.
20
דאָס זײַנען די זין פֿון שֵׂעִיר דעם חוֹרי, די באַװױנער פֿון לאַנד: לוֹטָן, און שוֹבָל, און צִבְעוֹן, און עַנָה,
21
און דִשוֹן, און אֵצֶר, און דישָן, דאָס זײַנען די פירשטן פֿון די חוֹרים, די קינדער פֿון שֵׂעִיר אין לאַנד אֶדוֹם.
22
און די זין פֿון לוֹטָנען זײַנען געװען חוֹרי און הֵימָם. און לוֹטָנס שװעסטער איז געװען תִּמנַע.
23
און דאָס זײַנען די זין פֿון שוֹבָלן: עַלוָן, און מָנַחַת, און עֵיבָל, שפוֹ, און אוֹנָם.
24
און דאָס זײַנען די זין פֿון צִבְעוֹנען: אַיָה און עַנָה. דאָס איז דער עַנָה װאָס האָט געפונען די הײסע קװאַלן אין דער מדבר, װען ער האָט געפיטערט די אײזלען פֿון זײַן פאָטער צִבְעוֹנען.
25
און דאָס זײַנען די קינדער פֿון עַנָהן: דִשוֹן, און אָהליבָמָה די טאָכטער פֿון עַנָהן.
26
און דאָס זײַנען די זין פֿון דִשוֹנען: חֶמדָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כרָן.
27
דאָס זײַנען די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, און עַקָן.
28
דאָס זײַנען די זין פֿון דישָנען: עוץ און אַרָן.
29
דאָס זײַנען די פירשטן פֿון דעם חוֹרי: דער פירשט פֿון לוֹטָן, דער פירשט פֿון שוֹבָל, דער פירשט פֿון צִבְעוֹן, דער פירשט פֿון עַנָה,
30
דער פירשט פֿון דִשוֹן, דער פירשט פֿון אֵצֶר, דעם פירשט פֿון דישָן. דאָס זײַנען די פירשטן פֿון די חוֹרים, לױט זײערע פירשטן אין לאַנד שֵׂעִיר.
31
און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם, אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון ישׂראל.
32
עס האָט געקיניגט אין אֶדוֹם בלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה.
33
איז בלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט יוֹבָב דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בצרָה.
34
איז יוֹבָב געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני.
35
איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פעלד פֿון מוֹאָב; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית.
36
איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה.
37
איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבוֹת בײַם טײַך.
38
איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט בעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן.
39
איז בעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט האָט געקיניגט הַדַד; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעו; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבן.
40
און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די פירשטן פֿון עֵשָׂו, לױט זײערע משפּחות, לױט זײערע ערטער, מיט זײערע נעמען: דער פירשט פֿון תִּמנַע, דער פירשט פֿון עַלוָה, דער פירשט פֿון יתֵת,
41
דער פירשט פֿון אָהליבָמָה, דער פירשט פֿון אֵלָה, דער פירשט פֿון פּינוֹן,
42
דער פירשט פֿון קנַז, דער פירשט פֿון תֵּימָן, דער פירשט פֿון מִבצָר,
43
דער פירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פירשטן פֿון אֶדוֹם לױט זײערע װױנערטער, אין דעם לאַנד פֿון זײער אײגנטום. דאָס איז עֵשָׂו דער פאָטער פֿון אֶדוֹם.