אידיש
1
און יעקב האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט עֵשָׂו קומט אָן, און פֿיר הונדערט מאַן מיט אים; האָט ער אײַנגעטײלט די קינדער צו לאהן, און צו רחלען, און צו די צװײ דינסטן.
2
און ער האָט געשטעלט די דינסטן און זײערע קינדער צוערשט, און לאהן און אירע קינדער הינטער זײ, און רחלען און יוֹספֿן די לעצטע.
3
און ער איז אַװעק זײ פֿאַרױס, און ער האָט זיך געבוקט צו דער ערד זיבן מאָל ביז ער האָט גענענט צו זײַן ברודער.
4
איז עֵשָׂו אים געלאָפֿן אַנטקעגן, און ער האָט אים אַרומגענומען, און איז אים געפֿאַלן אױפֿן האַלדז, און האָט אים געקושט, און זײ האָבן געװײנט.
5
און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט געזען די װײַבער און די קינדער, און ער האָט געזאָגט: װער זײַנען די דאָזיקע בײַ דיר? האָט ער געזאָגט: די קינדער מיט װאָס גאָט האָט געלײַטזעליקט דײַן קנעכט.
6
האָבן גענענט די דינסטן, זײ און זײערע קינדער, און האָבן זיך געבוקט.
7
און אױך לאה און אירע קינדער האָבן גענענט, און האָבן זיך געבוקט; און דערנאָך האָבן גענענט יוֹסף און רחל, און האָבן זיך געבוקט.
8
האָט ער געזאָגט: װאָס איז בײַ דיר די דאָזיקע גאַנצע מחנה װאָס איך האָב באַגעגנט? האָט ער געזאָגט: צו געפֿינען לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון מײַן האַר.
9
האָט עֵשָׂו געזאָגט: איך האָב גענוג, מײַן ברודער, זאָל בלײַבן בײַ דיר װאָס בײַ דיר.
10
האָט יעקב געזאָגט: נײן, איך בעט דיך; אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, זאָלסטו אָננעמען מײַן מתּנה פֿון מײַן האַנט, װאָרום איך האָב געזען דײַן פּנים, אַזױ װי מע זעט דעם פּנים פֿון גאָט, און דו האָסט מיך באַװיליקט.
11
נעם אָן, איך בעט דיך, מײַן געשאַנק װאָס איז דיר געבראַכט געװאָרן, װײַל גאָט האָט מיך געלײַטזעליקט, און װײַל בײַ מיר איז דאָ פֿון אַלעם. און ער איז צוגעשטאַנען צו אים, ביז ער האָט אָנגענומען.
12
האָט ער געזאָגט: לאָמיר ציען און גײן, און איך װעל גײן לעבן דיר.
13
האָט ער צו אים געזאָגט: מײַן האַר מערקט אַז די קינדער זײַנען יונג, און די שאָף און די רינדער זײַנען בײַ מיר זײגעדיקע, און אַז מע װעט זײ צוטרײַבן אײן טאָג, װעלן אױסשטאַרבן אַלע שאָף.
14
זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר אַװעקגײן פֿאַרױס פֿאַר זײַן קנעכט, און איך װעל מיר ציען פּאַמעלעך נאָך די טריט פֿון דעם פֿי װאָס פֿאַר מיר, און נאָך די טריט פֿון די קינדער, ביז װאַנען איך װעל קומען צו מײַן האַר קײן שֵׂעִיר.
15
האָט עֵשָׂו געזאָגט: לאָמיך אָפּשטעלן בײַ דיר פֿון דעם פֿאָלק װאָס מיט מיר. האָט ער געזאָגט: נאָך װאָס גאָר זאָל איך געפֿינען לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון מײַן האַר?
16
און עֵשָׂו האָט זיך אומגעקערט אין יענעם טאָג אױף זײַן װעג קײן שֵׂעִיר.
17
און יעקב האָט אַװעקגעצױגן קײן סוכּוֹת, און ער האָט געבױט פֿאַר זיך אַ הױז, און פֿאַר זײַנע פֿי האָט ער געמאַכט בײַדלעך; דרום האָט מען גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט סוכּוֹת.
18
און יעקב איז געקומען בשלום אין דער שטאָט שכֶם װאָס אין לאַנד כְּנַעַן, װען ער איז געקומען פֿון פַּדַן-אַרָם; און ער האָט געלאַגערט פֿאַר דער שטאָט.
19
און ער האָט אָפּגעקױפֿט דאָס שטיק פֿעלד װאָס ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט, פֿון דער האַנט פֿון די קינדער פֿון חַמוֹר דעם פֿאָטער פֿון שכֶמען, פֿאַר הונדערט קשׂיטָה.
20
און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט אַ מזבח, און האָט אים גערופֿן אֵל-אֱלֹהֵי-יִשׂרָאֵל.