אידיש
1
און אַז רחל האָט געזען אַז זי געבערט ניט פֿון יעקבן, האָט רחל מקנא געװען איר שװעסטער, און זי האָט געזאָגט צו יעקבן: גיב מיר קינדער, אַניט שטאַרב איך.
2
האָט דער צאָרן פֿון יעקבן געגרימט אױף רחלען, און ער האָט געזאָגט: בין איך דען אױף דעם אָרט פֿון גאָט, װאָס האָט פֿאַרמיטן פֿון דיר פֿרוכט פֿון לײַב?
3
האָט זי געזאָגט: אָט איז מײַן דינסט בלהָה, קום צו איר, און זי װעט געבערן אױף מײַנע קני, און אױך איך װעל אױפֿגעריכט װערן פֿון איר.
4
און זי האָט אים געגעבן איר דינסט בלהָהן פֿאַר אַ װײַב, און יעקב איז צו איר געקומען.
5
און בלהָה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבן געבאָרן אַ זון.
6
און רחל האָט געזאָגט: גאָט האָט זיך פֿאַר מיר אָנגענומען, און האָט אױך מײַן קָול צוגעהערט, און מיר געגעבן אַ זון; דרום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען דָן.
7
און בלהָה, רחלס דינסט, איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבן געבאָרן אַ צװײטן זון.
8
און רחל האָט געזאָגט: שטאַרקע ראַנגלענישן האָב איך זיך געראַנגלט מיט מײַן שװעסטער, און איך בין בײַגעקומען; דרום האָט זי גערופֿן זײַן נאָמען נַפֿתָּלי.
9
און לאה האָט געזען אַז זי האָט אױפֿגעהערט געבערן, האָט זי גענומען איר דינסט זִלפָּהן, און זי געגעבן יעקבן פֿאַר אַ װײַב.
10
און זִלפָּה, לאהס דינסט, האָט יעקבן געבאָרן אַ זון.
11
האָט לאה געזאָגט: מזל איז געקומען; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען גָד.
12
און זִלפָּה, לאהס דינסט, האָט יעקבן געבאָרן אַ צװײטן זון.
13
האָט לאה געזאָגט: אױף מײַן גליק! װאָרום די טעכטער װעלן מיך שאַצן גליקלעך; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען אָשֵר.
14
און ראובן איז געגאַנגען אין די טעג פֿון װײצשניט, און האָט געפֿונען ליבעפּעלעך אין פֿעלד, און האָט זײ געבראַכט צו זײַן מוטער לאהן. האָט רחל געזאָגט צו לאהן: גיב מיר, איך בעט דיך, פֿון דײַן זונס ליבעפּעלעך.
15
האָט זי געזאָגט צו איר: װינציק װאָס דו האָסט צוגענומען מײַן מאַן, װילסטו נאָך צונעמען מײַן זונס ליבעפּעלעך? האָט רחל געזאָגט: דערפֿאַר זאָל ער ליגן מיט דיר הײַנטיקע נאַכט, פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון דײַן זון.
16
און װי יעקב איז געקומען פֿון פֿעלד אין אָװנט, אַזױ איז לאה אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: צו מיר מוזטו קומען, װאָרום אָפּדינגען האָב איך דיך אָפּגעדונגען פֿאַר די ליבעפּעלעך פֿון מײַן זון. און ער איז מיט איר געלעגן אין יענער נאַכט.
17
און גאָט האָט צוגעהערט צו לאהן, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבן געבאָרן אַ פֿינפֿטן זון.
18
און לאה האָט געזאָגט: גאָט האָט געגעבן מײַן שׂכר פֿאַר װאָס איך האָב געגעבן מײַן דינסט צו מײַן מאַן; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען יִשׂשָׂכָר.
19
און לאה איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט יעקבן געבאָרן אַ זעקסטן זון.
20
און לאה האָט געזאָגט: גאָט האָט מיך באַשאָנקען מיט אַ גוטן געשאַנק; דאָס מאָל װעט מײַן מאַן װױנען מיט מיר, װײַל איך האָב אים געבאָרן זעקס זין; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען זבולון.
21
און דערנאָך האָט זי געבאָרן אַ טאָכטער, און זי האָט גערופֿן איר נאָמען דינה.
22
און גאָט האָט געדאַכט אָן רחלען, און גאָט האָט צוגעהערט צו איר, און האָט געעפֿנט איר טראַכט.
23
און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט געזאָגט: גאָט האָט אָפּגעטאָן מײַן חרפּה.
24
און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען יוֹסף, אַזױ צו זאָגן: גאָט זאָל מיר צוגעבן נאָך אַן אַנדער זון.
25
און עס איז געװען, אַז רחל האָט געבאָרן יוֹספֿן, האָט יעקב געזאָגט צו לָבָנען: לאָז מיך אַװעק, און איך װעל גײן צו מײַן אָרט און צו מײַן לאַנד.
26
גיב מיר מײַנע װײַבער און מײַנע קינדער, װאָס איך האָב דיר פֿאַר זײ געדינט, און איך װעל גײן; װאָרום דו װײסט מײַן דינסט װאָס איך האָב דיר געדינט.
27
האָט לָבָן צו אים געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן –; איך האָב געמערקט אַז גאָט האָט מיך געבענטשט פֿון דײַנעטװעגן.
28
און ער האָט געזאָגט: זאָג מיר דײַן לױן, און איך װעל געבן.
29
האָט ער צו אים געזאָגט: דו װײסט װי איך האָב דיר געדינט, און װאָס דײַן פֿי איז געװאָרן אונטער מיר;
30
װאָרום װינציק-װאָס האָסטו געהאַט פֿאַר מיר, און עס האָט זיך פֿאַרמערט לרָוב, און גאָט האָט דיך געבענטשט אין מײַנע טריט. און אַצונד, װען װעל איך אױך טאָן פֿאַר מײַן הױזגעזינט?
31
האָט ער געזאָגט: װאָס זאָל איך דיר געבן? האָט יעקב געזאָגט: זאָלסט מיר גאָרנישט געבן; אױב דו װעסט מיר טאָן די דאָזיקע זאַך, װעל איך װידער פֿיטערן דײַנע שאָף, און היטן:
32
איך װעל דורכגײן הײַנט דורך אַלע דײַנע שאָף, אָפּצוטאָן פֿון דאָרטן איטלעך געשפּרענקלט און געפֿלעקט לאַם, און איטלעך טונקל לאַם צװישן די שעפּסן, און געפֿלעקט און געשפּרענקלט צװישן די ציגן; און אַזױנס זאָל זײַן מײַן לױן.
33
און עדות זאָגן װעט אױף מיר מײַן ערלעכקײט פֿאַר דיר, אין אַ שפּעטערדיקן טאָג, אַז דו װעסט קומען איבערקוקן מײַן לױן: איטלעכס װאָס איז ניט געשפּרענקלט און געפֿלעקט צװישן די ציגן און טונקל צװישן די שעפּסן, איז דאָס אַ געגנבעטס בײַ מיר.
34
האָט לָבָן געזאָגט: יאָ, זאָל זײַן אַזױ װי דײַן װאָרט.
35
און ער האָט אָפּגעטאָן אין יענעם טאָג די געשטרײַפֿטע און געפֿלעקטע בעק, און אַלע געשפּרענקלטע און געפֿלעקטע ציגן, איטלעכס װאָס האָט אױף זיך װײַס, און איטלעך טונקלס צװישן די שעפּסן, און ער האָט זײ איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון זײַנע זין.
36
און ער האָט געמאַכט דרײַ טעג װעגס צװישן זיך און צװישן יעקבן. און יעקב האָט געפֿיטערט לָבָנס איבעריקע שאָף.
37
האָט יעקב זיך גענומען פֿײַכטע שטעקלעך פֿון טאָפּאָל, און מאַנדלבױם, און פּלאַטאַנענבױם, און ער האָט אױסגעשײלט אױף זײ װײַסע אױסשײלונגען, אָפּדעקנדיק דאָס װײַסע װאָס אױף די שטעקלעך.
38
און ער האָט אַרײַנגעשטעלט די שטעקלעך װאָס ער האָט אַרומגעשײלט, אין די קאָריטעס, אין די װאַסעררינעס װוּ די שאָף קומען טרינקען, אַקעגן די שאָף; און זײ האָבן זיך געפּאָרט אַז זײ זײַנען געקומען טרינקען.
39
און די שאָף האָבן זיך געפּאָרט פֿאַר די שטעקלעך, און די שאָף האָבן געבאָרן געשטרײַפטע, געשפּרענקלטע, און געפלעקטע.
40
און די לעמער האָט יעקב אָפּגעשײדט – און ער האָט צוגעקערט די פּנימער פֿון די שאָף אין לָבָנס שאָף צו די געשטרײַפֿטע און אַלע טונקעלע – און האָט זיך געמאַכט סטאַדעס באַזונדער, און האָט זײ ניט געשטעלט מיט לָבָנס שאָף.
41
און עס איז געװען, װען נאָר די שטאַרקע שאָף האָבן זיך געפּאָרט, אַזױ פֿלעגט יעקב אַרײַנטאָן די שטעקלעך פֿאַר די אױגן פֿון די שאָף אין די קאָריטעס, כּדי זײ זאָלן זיך פּאָרן בײַ די שטעקלעך;
42
אָבער אַז די שאָף זײַנען געװען שװאַכע, פֿלעגט ער ניט אַרײַנטאָן; אַזױ פֿלעגן די שװאַכע אָנקומען לָבָנען, און די שטאַרקע יעקבן.
43
און דער מאַן איז געװאָרן זײער זײער רײַך, און ער האָט געהאַט פֿיל שאָף, און דינסטן און קנעכט, און קעמלען און אײזלען.