אידיש
1
האָט יצחק גערופֿן יעקבן, און האָט אים געבענטשט, און האָט אים באַפֿױלן, און האָט צו אים געזאָגט: זאָלסט ניט נעמען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן.
2
שטײ אױף, גײ קײן פַּדַן-אַרָם, צו דעם הױז פֿון בתואֵל, דײַן מוטערס פֿאָטער, און נעם דיר פֿון דאָרטן אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון לָבָן, דײַן מוטערס ברודער.
3
און גאָט שַדַי װעט דיך בענטשן, און װעט דיך פֿרוכפּערן און דיך מערן, און װעסט װערן אַ געזעמל פֿעלקער.
4
און ער װעט דיר געבן די ברכה פֿון אבֿרהמען, דיר און דײַן זאָמען מיט דיר, כּדי זאָלסט אַרבן דאָס לאַנד פֿון דײַן װױנשאַפֿט, װאָס גאָט האָט געגעבן צו אבֿרהמען.
5
און יצחק האָט אַװעקגעשיקט יעקבן, און ער איז געגאַנגען קײן פַּדַן-אַרָם, צו לָבָן דעם זון פֿון בתואֵל דעם אַרַמי, דעם ברודער פֿון רבקה, דער מוטער פֿון יעקבן און עֵשָׂון.
6
און עֵשָׂו האָט געזען אַז יצחק האָט געבענטשט יעקבן, און האָט אים אַװעקגעשיקט קײן פַּדַן-אַרָם, זיך צו נעמען אַ װײַב פֿון דאָרטן; אַז װען ער האָט אים געבענטשט, האָט ער אים באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט ניט נעמען אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון כּנַעַן;
7
און יעקב האָט צוגעהערט צו זײַן פֿאָטער און צו זײַן מוטער, און איז געגאַנגען קײן פַּדַן-אַרָם.
8
און עֵשָׂו האָט געזען אַז די טעכטער פֿון כְּנַעַן זײַנען שלעכט אין די אױגן פֿון זײַן פֿאָטער יצחקן,
9
און עֵשָׂו איז געגאַנגען צו יִשמָעֵאלן, און האָט, צו זײַנע אַנדערע װײַבער, זיך גענומען פֿאַר אַ װײַב מָחלַת די טאָכטער פֿון יִשמָעֵאל, אבֿרהמס זון, די שװעסטער פֿון נבָיוֹתן.
10
און יעקב איז אַרױסגעגאַנגען פֿון באֵר-שֶבַע, און איז געגאַנגען קײן חָרָן.
11
און ער האָט געטראָפֿן אַן אָרט, און איז דאָרטן געבליבן נעכטיקן, װאָרום די זון איז אונטערגעגאַנגען; און ער האָט גענומען פֿון די שטײנער פֿון דעם אָרט, און געמאַכט פֿאַר זײַן צוקאָפּנס, און האָט זיך געלײגט אין יענעם אָרט.
12
האָט זיך אים געחלומט, ערשט אַ לײטער שטײט אױף דער ערד, און זײַן שפּיץ גרײכט ביזן הימל, און זע, מלאָכים פֿון גאָט גײען אַרױף און נידערן אַראָפּ אױף אים.
13
און אָט שטײט גאָט איבער אים, און ער זאָגט: איך בין יהוה דער גאָט פֿון דײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און דער גאָט פֿון יצחקן. דאָס לאַנד װאָס דו ליגסט דערױף, צו דיר װעל איך עס געבן, און צו דײַן זאָמען.
14
און דײַן זאָמען װעט זײַן אַזױ װי שטױב פֿון דער ערד, און װעסט זיך אױסשפּרײטן קײן מערב און קײן מזרח און קײן צפֿון און קײן דָרום, און בענטשן װעלן זיך מיט דיר און מיט דײַן זאָמען אַלע משפּחות פֿון דער ערד.
15
און זע, איך װעל זײַן מיט דיר, און איך װעל דיך היטן אומעטום װוּ דו װעסט גײן, און איך װעל דיך אומקערן צו דער דאָזיקער ערד, װאָרום איך װעל דיך ניט פֿאַרלאָזן, ביז װאַנען איך האָב געטאָן װאָס איך האָב דיר צוגעזאָגט.
16
האָט יעקב זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן שלאָף, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, גאָט איז פֿאַראַן אין דעם דאָזיקן אָרט, און איך האָב ניט געװוּסט.
17
און ער האָט מוֹרא געהאַט, און האָט געזאָגט: װי מוֹראדיק איז דער דאָזיקער אָרט! דאָס איז ניט אַנדערש װי דאָס הױז פֿון גאָט, און דאָס איז דער טױער פֿון הימל.
18
און יעקב האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען דעם שטײן װאָס ער האָט געמאַכט פֿאַר זײַן צוקאָפּנס, און האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ זײַלשטײן, און ער האָט אַרױפֿגעגאָסן אײל אױף זײַן שפּיץ.
19
און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט בית-אֵל, אָבער לוז איז געװען דער נאָמען פֿון דער שטאָט צוערשט.
20
און יעקב האָט אַ נדר געטאָן, אַזױ צו זאָגן: אױב גאָט װעט זײַן מיט מיר, און װעט מיך היטן אױף דעם דאָזיקן װעג װאָס איך גײ, און ער װעט מיר געבן ברױט צום עסן, און אַ בגד אָנצוטאָן,
21
און איך װעל מיך אומקערן בשלום צו מײַן פֿאָטערס הױז, װעט יהוה מיר זײַן צום גאָט.
22
און דער דאָזיקער שטײן װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַר אַ זײַלשטײן, װעט זײַן אַ הױז פֿון גאָט; און פֿון אַלץ װאָס דו װעסט מיר געבן, װעל איך מעשׂרן מעשׂר צו דיר.