אידיש
1
און עס איז געװען, אַז יצחק איז אַלט געװאָרן, און זײַנע אױגן זײַנען געװאָרן צו טונקל צו זען, האָט ער גערופֿן זײַן עלטערן זון עֵשָׂון, און האָט צו אים געזאָגט: מײַן זון! האָט ער צו אים געזאָגט: דאָ בין איך.
2
האָט ער געזאָגט: זע נאָר, איך בין אַלט, איך װײס ניט דעם טאָג פֿון מײַן טױט.
3
דרום נעם אַצונד, איך בעט דיך, דײַנע װאַפֿן, דײַן פֿײַלבײַטל און דײַן בױגן, און גײ אַרױס אין פֿעלד, און פֿאַנג מיר אַ געפֿאַנג;
4
און מאַך מיר אַ מאכל אַזױ װי איך האָב ליב, און ברענג מיר, און איך װעל עסן; כּדי מײַן זעל זאָל דיך בענטשן אײדער איך שטאַרב.
5
און רבקה האָט געהערט װי יצחק רעדט צו זײַן זון עֵשָׂון. און עֵשָׂו איז אַװעקגעגאַנגען אין פֿעלד, צו פֿאַנגען אַ געפֿאַנג אױף צו ברענגען.
6
האָט רבקה געזאָגט צו איר זון יעקבן, אַזױ צו זאָגן: זע, איך האָב געהערט דײַן פֿאָטער רעדן צו דײַן ברודער עֵשָׂון, אַזױ צו זאָגן:
7
ברענג מיר אַ געפֿאַנג, און מאַך מיר אַ מאכל, און איך װעל עסן, און איך װעל דיך בענטשן פֿאַר גאָט פֿאַר מײַן טױט.
8
איז אַצונד, מײַן זון, הער צו מײַן קָול לױט װי איך באַפֿעל דיר.
9
גײ אַקאָרשט צו די שאָף, און ברענג מיר פֿון דאָרטן צװײ גוטע ציגנבעקלעך, און איך װעל פֿון זײ מאַכן אַ מאכל פֿאַר דײַן פאָטער, אַזױ װי ער האָט ליב.
10
און װעסט ברענגען צו דײַן פֿאָטער, ער זאָל עסן, כּדי ער זאָל דיך בענטשן פֿאַר זײַן טױט.
11
האָט יעקב געזאָגט צו זײַן מוטער רבקהן: זע, מײַן ברודער עֵשָׂו איז אַ מענטש אַ האָריקער, און איך בין אַ מענטש אַ גלאַטער.
12
טאָמער װעט מיך מײַן פֿאָטער אָנטאַפּן, װעל איך זײַן אין זײַנע אױגן אַזױ װי אַן אָפּנאַרער, און איך װעל ברענגען אױף מיר אַ קללה, און ניט אַ ברכה.
13
האָט זײַן מוטער צו אים געזאָגט: אױף מיר דײַן קללה, מײַן זון! נאָר הער צו מײַן קָול, און גײ ברענג מיר.
14
איז ער געגאַנגען, און האָט גענומען און געבראַכט צו זײַן מוטער, און זײַן מוטער האָט געמאַכט אַ מאכל אַזױ װי זײַן פֿאָטער האָט ליב געהאַט.
15
און רבקה האָט גענומען די שענסטע בגדים פֿון איר עלטערן זון עֵשָׂון, װאָס זײַנען געװען בײַ איר אין הױז, און זי האָט אָנגעטאָן איר ייִנגערן זון יעקבן.
16
און די פֿעלכלעך פֿון די ציגנבעקלעך האָט זי אָנגעטאָן אױף זײַנע הענט און אױף זײַן גלאַטן האַלדז.
17
און זי האָט געגעבן דעם מאכל און דאָס ברױט װאָס זי האָט געמאַכט, אין דער האַנט פֿון איר זון יעקבן.
18
און ער איז געקומען צו זײַן פֿאָטער, און האָט געזאָגט: פֿאָטער מײַנער! האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך; װער ביסטו מײַן זון?
19
האָט יעקב געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: איך בין עֵשָׂו דײַן בכָור; איך האָב געטאָן אַזױ װי דו האָסט מיר געהײסן. הײב דיך אױף, איך בעט דיך, זעץ דיך, און עס פֿון מײַן געפֿאַנג, כּדי דײַן זעל זאָל מיך בענטשן.
20
האָט יצחק געזאָגט צו זײַן זון: װי האָסטו עפּעס אַזױ גיך געפֿונען, מײַן זון? האָט ער געזאָגט: װײַל יהוה דײַן גאָט האָט מיר צוגעשיקט אַ טראַף.
21
האָט יצחק געזאָגט צו יעקבן: גענען, איך בעט דיך, און לאָמיך דיך אָנטאַפּן, מײַן זון, אױב דו ביסט דאָס מײַן זון עֵשָׂו, אָדער ניט.
22
האָט יעקב גענענט צו זײַן פֿאָטער יצחקן, און ער האָט אים אָנגעטאַפּט, און האָט געזאָגט: דער קָול איז דער קָול פֿון יעקבן, אָבער די הענט זײַנען די הענט פֿון עֵשָׂון.
23
און ער האָט אים ניט דערקענט, װײַל זײַנע הענט זײַנען געװען האָריק, אַזױ װי די הענט פֿון זײַן ברודער עֵשָׂון; און ער האָט אים געבענטשט.
24
און ער האָט געזאָגט: דו ביסט דאָס מײַן זון עֵשָׂו? האָט ער געזאָגט: איך בין עס.
25
האָט ער געזאָגט: דערלאַנג מיר, און איך װעל עסן פֿון מײַן זונס געפֿאַנג, כּדי מײַן זעל זאָל דיך בענטשן. האָט ער אים דערלאַנגט, און ער האָט געגעסן; און ער האָט אים געבראַכט װײַן, און ער האָט געטרונקען.
26
און זײַן פֿאָטער יצחק האָט געזאָגט צו אים: גענען, איך בעט דיך, און טו מיך אַ קוש, מײַן זון.
27
האָט ער גענענט, און האָט אים אַ קוש געטאָן. און ער האָט געשמעקט דעם ריח פֿון זײַנע בגדים, און האָט אים געבענטשט, און געזאָגט: זע, דער ריח פֿון מײַן זון איז װי דער ריח פֿון אַ פֿעלד װאָס גאָט האָט עס געבענטשט.
28
און גאָט זאָל דיר געבן פֿון דעם טױ פֿון הימל, און פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד, און פֿיל תּבואה און װײַן.
29
פֿעלקער זאָלן דיר דינען, און אומות זאָלן זיך בוקן צו דיר. זײַ אַ האַר איבער דײַנע ברידער, און די זין פֿון דײַן מוטער זאָלן זיך בוקן צו דיר. פֿאַרשאָלטן די װאָס שילטן דיך, און געבענטשט די װאָס בענטשן דיך!
30
און עס איז געװען, אַז יצחק האָט געענדיקט בענטשן יעקבן, איז װי נאָר יעקב איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר זײַן פֿאָטער יצחקן, אַזױ איז זײַן ברודער עֵשָׂו אָנגעקומען פֿון זײַן געיעג.
31
און ער אױך האָט געמאַכט אַ מאכל און געבראַכט צו זײַן פֿאָטער; און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: זאָל מײַן פֿאָטער אױפֿשטײן, און עסן פֿון זײַן זונס געפֿאַנג, כּדי דײַן זעל זאָל מיך בענטשן.
32
האָט זײַן פֿאָטער יצחק צו אים געזאָגט: װער ביסטו? האָט ער געזאָגט: איך בין דײַן זון, דײַן בכָור עֵשָׂו.
33
האָט יצחק געציטערט זײער אַ גרױס ציטערניש און ער האָט געזאָגט: הײַנט װער איז דער װאָס האָט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג און מיר געבראַכט, און איך האָב געגעסן פֿון אַלץ אײדער דו ביסט געקומען, און איך האָב אים געבענטשט? ער װעט אױך זײַן געבענטשט.
34
װי עֵשָׂו האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן פֿאָטער, אַזױ האָט ער אױסגעשריען אַ זײער גרױס און ביטער געשרײ, און ער האָט געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: בענטש מיך אױך, מײַן פֿאָטער.
35
האָט ער געזאָגט: דײַן ברודער איז געקומען מיט באַטרוג, און האָט צוגענומען דײַן ברכה.
36
האָט ער געזאָגט: צי דען רופֿט מען זײַן נאָמען יעקב, װײַל ער האָט מיר שױן צװײ מאָל אױסגענאַרט? מײַן בכוֹרה האָט ער צוגענומען, און אָט האָט ער אַצונד צוגענומען מײַן ברכה. און ער האָט געזאָגט: האָסטו ניט באַהאַלטן פֿאַר מיר אַ ברכה?
37
האָט יצחק געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו עֵשָׂון: זע, איך האָב אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער דיר, און אַלע זײַנע ברידער האָב איך אים געגעבן פֿאַר קנעכט, און מיט תּבואה און װײַן האָב איך אים פֿאַרזאָרגט, און פֿאַר דיר, װאָס קען איך דען טאָן, מײַן זון?
38
האָט עֵשָׂו געזאָגט צו זײַן פֿאָטער: איז דאָס די אײנציקע ברכה בײַ דיר, מײַן פֿאָטער? בענטש מיך אױך, מײַן פֿאָטער. און עֵשָׂו האָט אױפֿגעהױבן זײַן קָול און האָט געװײנט.
39
האָט זײַן פֿאָטער יצחק זיך אָפּגערופֿן און האָט צו אים געזאָגט: זע, װײַט פֿון די פֿעטקײטן פֿון דער ערד װעט זײַן דײַן װױנונג, און אָן דעם הימלס טױ פֿון אױבן; און אױף דײַן שװערד װעסטו לעבן, און דײַן ברודער װעסטו דינען;
40
און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט זיך אָפּרײַסן, װעסטו אַראָפּװאַרפֿן זײַן יאָך פֿון דײַן האַלדז.
41
און עֵשָׂו האָט פֿײַנט געקריגן יעקבן איבער דער ברכה װאָס זײַן פֿאָטער האָט אים געבענטשט, און עֵשָׂו האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: זאָלן אָנקומען די טרױערטעג נאָך מײַן פֿאָטער, און איך װעל הרגען מײַן ברודער יעקבן.
42
זײַנען דערצײלט געװאָרן רבקהן די װערטער פֿון איר עלטערן זון עֵשָׂון, און זי האָט געשיקט און האָט גערופֿן איר ייִנגערן זון יעקבן, און האָט צו אים געזאָגט: זע, דײַן ברודער עֵשָׂו טרײסט זיך װעגן דיר, אַז ער װעט דיך הרגען.
43
און אַצונד, מײַן זון, הער צו מײַן קָול, און שטײ אױף, אַנטלױף דיר צו מײַן ברודער לָבָנען קײן חָרָן.
44
און װעסט זיצן בײַ אים עטלעכע יאָר, ביז װאַנען דער גרימצאָרן פֿון דײַן ברודער װעט אָפּגײן;
45
ביז דער כּעס פֿון דײַן ברודער װעט זיך אָפּקערן פֿון דיר, און ער װעט פֿאַרגעסן װאָס דו האָסט אים געטאָן; און איך װעל שיקן, און װעל דיך אָפּנעמען פֿון דאָרטן. נאָך װאָס זאָל איך אָנװערן אײַך בײדן אין אײן טאָג?
46
און רבקה האָט געזאָגט צו יצחקן: מײַן לעבן איז מיר נִמאס פֿון װעגן די טעכטער פֿון חֵת; אױב יעקב נעמט אַ װײַב פֿון די טעכטער פֿון חֵת, אַזױ װי די דאָזיקע, פֿון די טעכטער פֿון לאַנד, װאָס טױג מיר דאָס לעבן?