Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס איז געװאָרן אַ הונגער אין לאַנד, אַחוץ דעם פֿריערדיקן הונגער, װאָס איז געװען אין די טעג פֿון אבֿרהמען; און יצחק איז געגאַנגען צו אבֿימֶלֶך דעם מלך פֿון די פּלִשתּים, קײן גרָר. 2 און גאָט האָט זיך באַװיזן צו אים, און האָט געזאָגט: זאָלסט ניט נידערן קײן מִצרַיִם, װױן אין דעם לאַנד װאָס איך װעל דיר זאָגן. 3 האַלט זיך אױף אין דעם דאָזיקן לאַנד, און איך װעל זײַן מיט דיר, און װעל דיך בענטשן; װאָרום צו דיר און צו דײַן זאָמען װעל איך געבן אַלע די דאָזיקע לענדער, און איך װעל מקיים זײַן די שבועה װאָס איך האָב געשװאָרן צו דײַן פֿאָטער אבֿרהמען. 4 און איך װעל מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און װעל געבן צו דײַן זאָמען אַלע די דאָזיקע לענדער; און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמען אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד; 5 דערפֿאַר װאָס אבֿרהם האָט צוגעהערט צו מײַן קָול, און האָט געהיט מײַן היטונג, מײַנע געבאָט, מײַנע געזעצן, און מײַנע לערנונגען. 6 און יצחק האָט זיך באַזעצט אין גרָר. 7 האָבן די מענטשן פֿון דעם אָרט געפֿרעגט װעגן זײַן װײַב, און ער האָט געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער; װאָרום ער האָט מוֹרא געהאַט צו זאָגן מײַן װײַב; טאָמער װעלן די מענטשן פֿון דעם אָרט מיך הרגען איבער רבקהן, װײַל זי איז שײן פֿון אױסזען. 8 און עס איז געװען, אַז ער איז דאָרטן אָפּגעװען אַ לאַנגע צײַט, האָט אבֿימֶלֶך דער מלך פֿון די פּלִשתּים אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און געזען, ערשט יצחק שטיפט מיט זײַן װײַב רבקהן. 9 האָט אבֿימֶלֶך גערופֿן יצחקן, און האָט געזאָגט: זי איז דאָך גאָר דײַן װײַב, און װי אַזױ האָסטו געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער? האָט יצחק צו אים געזאָגט: װײַל איך האָב געקלערט: איך װעל נאָך אומקומען איבער איר. 10 האָט אבֿימֶלֶך געזאָגט: װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז? שיר-שיר װאָלט אײנער פֿון פאָלק געלעגן מיט דײַן װײַב, און װאָסלט געבראַכט אױף אונדז אַ שולד. 11 און אבֿימֶלֶך האָט באַפױלן דעם גאַנצן פאָלק, אַזױ צו זאָגן: דער װאָס רירט אָן דעם דאָזיקן מאַן אָדער זײַן װײַב, װעט טײטן געטײט װערן. 12 און יצחק האָט געזײט אין יענעם לאַנד, און האָט געקריגן אין יענעם יאָר הונדערט מאָל אַזױ פֿיל; און גאָט האָט אים געבענטשט. 13 און דער מאַן איז געװאָרן רײַך, און איז נאָכאַנאַנד רײַכער געװאָרן, ביז ער איז געװאָרן זײער רײַך. 14 און ער האָט געהאַט סטאַדעס שאָף, און סטאַדעס רינדער, און פֿיל קנעכט; און די פּלִשתּים האָבן אים מקנא געװען. 15 און אַלע ברונעמער װאָס די קנעכט פֿון זײַן פֿאָטער האָבן געגראָבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, האָבן די פּלִשתּים זײ פֿאַרשטאָפּט, און זײ אָנגעפֿילט מיט ערד. 16 און אבֿימֶלֶך האָט געזאָגט צו יצחקן: גײ אַװעק פֿון אונדז, װאָרום ביסט פֿיל מאַכטיקער פֿון אונדז. 17 איז יצחק אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט געלאַגערט אין טאָל פֿון גרָר, און האָט זיך דאָרטן באַזעצט. 18 און יצחק האָט װידער אױפֿגעגראָבן די װאַסערברונעמער װאָס מע האָט געגראָבן אין די טעג פֿון זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און די פּלִשתּים האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט נאָך דעם טױט פֿון אבֿרהמען; און ער האָט זײ גערופֿן מיט נעמען אַזױ װי די נעמען װאָס זײַן פֿאָטער האָט זײ גערופֿן. 19 און די קנעכט פֿון יצחקן האָבן געגראָבן אין טאָל, און האָבן דאָרטן געפונען אַ ברונעם לעבעדיקע װאַסער. 20 האָבן זיך געקריגט די פּאַסטוכער פֿון גרָר מיט די פּאַסטוכער פֿון יצחקן, אַזױ צו זאָגן: אונדז געהערט דאָס װאַסער. און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם ברונעם עֵשֶׂק, װײַל זײ האָבן זיך געעֵסֶקט מיט אים. 21 און זײ האָבן געגראָבן אַן אַנדער ברונעם, און האָבן זיך איבער אים אױך געקריגט. און ער האָט גערופֿן זײַן נאָמען שִׂטנָה. 22 און ער האָט זיך איבערגעטראָגן פֿון דאָרטן, און האָט געגראָבן אַן אַנדער ברונעם; און זײ האָבן זיך איבער אים ניט געקריגט. האָט ער גערופֿן זײַן נאָמען רחוֹבוֹת, װײַל ער האָט געזאָגט: אַצונד האָט אונדז גאָט געגעבן רַחבות, און מיר װעלן װאַקסן אין לאַנד. 23 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן באֵר-שֶבַע. 24 און גאָט האָט זיך באַװיזן צו אים אין יענער נאַכט, און האָט געזאָגט: איך בין דער גאָט פֿון דײַן פֿאָטער אבֿרהמען; זאָלסט ניט מוֹרא האָבן, װאָרום איך בין מיט דיר, און איך װעל דיך בענטשן, און װעל מערן דײַן זאָמען, פֿון מײַן קנעכט אבֿרהמס װעגן. 25 האָט ער דאָרטן געבױט אַ מזבח, און ער האָט גערופֿן צו דעם נאָמען יהוה; און ער האָט דאָרטן אױפֿגעשטעלט זײַן געצעלט. און די קנעכט פֿון יצחקן האָבן דאָרטן געגראָבן אַ ברונעם. 26 און אבֿימֶלֶך איז געגאַנגען צו אים פֿון גרָר, מיט אַחוזַת זײַן גוטן פֿרײַנט, און פּיכול דעם האַר פֿון זײַן חיל. 27 האָט יצחק צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס זײַט איר געקומען צו מיר, אַז איר זײַט מיר שָׂונאים, און האָט מיך אַרױסגעשיקט פֿון אײַך? 28 האָבן זײ געזאָגט: זען האָבן מיר געזען אַז גאָט איז מיט דיר, און מיר האָבן געזאָגט: זאָל-זשע זײַן אַ שבועה צװישן אונדז, צװישן אונדז און צװישן דיר, און לאָמיר שליסן אַ בונד מיט דיר. 29 אױב דו װעסט טאָן מיט אונדז בײז! אַזױ װי מיר האָבן דיך ניט אָנגערירט, און אַזױ װי מיר האָבן מיט דיר רק גוטס געטאָן, און מיר האָבן דיך אַװעקגעלאָזט בשלום. אַצונד ביסטו אַ געבענטשטער פֿון גאָט. 30 האָט ער געמאַכט פֿאַר זײ אַ מאָלצײַט, און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען. 31 און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און זײ האָבן געשװאָרן אײנער דעם אַנדערן, און יצחק האָט זײ אַרױסבאַלײט, און זײ זײַנען אַװעקגעגאַנגען פֿון אים בשלום. 32 און עס איז געװען אין יענעם טאָג, זײַנען געקומען די קנעכט פֿון יצחקן, און האָבן אים דערצײלט װעגן אַ ברונעם װאָס זײ האָבן געגראָבן, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: מיר האָבן געפֿונען װאַסער. 33 האָט ער אים גערופֿן שִבְעָה. דרום איז דער נאָמען פֿון דער שטאָט באֵר-שֶבַע ביז אױף הײַנטיקן טאָג. 34 און אַז עֵשָׂו איז געװען פֿערציק יאָר אַלט, האָט ער גענומען פֿאַר אַ װײַב יהודית די טאָכטער פֿון באֵרי דעם חִתּי, און בשׂמַת די טאָכטער פֿון אֵילוֹן דעם חִתּי. 35 און זײ זײַנען געװען אַ האַרצביטערניש פֿאַר יצחקן און פֿאַר רבקהן.
עברית
1 וַיְהִ֤י רָעָב֙ בָּאָ֔רֶץ מִלְּבַד֙ הָרָעָ֣ב הָרִאשׁ֔וֹן אֲשֶׁ֥ר הָיָ֖ה בִּימֵ֣י אַבְרָהָ֑ם וַיֵּ֧לֶךְ יִצְחָ֛ק אֶל־אֲבִימֶ֥לֶךְ מֶֽלֶךְ־פְּלִשְׁתִּ֖ים גְּרָֽרָה׃ 2 וַיֵּרָ֤א אֵלָיו֙ יְהוָ֔ה וַיֹּ֖אמֶר אַל־תֵּרֵ֣ד מִצְרָ֑יְמָה שְׁכֹ֣ן בָּאָ֔רֶץ אֲשֶׁ֖ר אֹמַ֥ר אֵלֶֽיךָ׃ 3 גּ֚וּר בָּאָ֣רֶץ הַזֹּ֔את וְאֶֽהְיֶ֥ה עִמְּךָ֖ וַאֲבָרְכֶ֑ךָּ כִּֽי־לְךָ֣ וּֽלְזַרְעֲךָ֗ אֶתֵּן֙ אֶת־כָּל־הָֽאֲרָצֹ֣ת הָאֵ֔ל וַהֲקִֽמֹתִי֙ אֶת־הַשְּׁבֻעָ֔ה אֲשֶׁ֥ר נִשְׁבַּ֖עְתִּי לְאַבְרָהָ֥ם אָבִֽיךָ׃ 4 וְהִרְבֵּיתִ֤י אֶֽת־זַרְעֲךָ֙ כְּכוֹכְבֵ֣י הַשָּׁמַ֔יִם וְנָתַתִּ֣י לְזַרְעֲךָ֔ אֵ֥ת כָּל־הָאֲרָצֹ֖ת הָאֵ֑ל וְהִתְבָּרֲכ֣וּ בְזַרְעֲךָ֔ כֹּ֖ל גּוֹיֵ֥י הָאָֽרֶץ׃ 5 עֵ֕קֶב אֲשֶׁר־שָׁמַ֥ע אַבְרָהָ֖ם בְּקֹלִ֑י וַיִּשְׁמֹר֙ מִשְׁמַרְתִּ֔י מִצְוֺתַ֖י חֻקּוֹתַ֥י וְתוֹרֹתָֽי׃ 6 וַיֵּ֥שֶׁב יִצְחָ֖ק בִּגְרָֽר׃ 7 וַֽיִּשְׁאֲל֞וּ אַנְשֵׁ֤י הַמָּקוֹם֙ לְאִשְׁתּ֔וֹ וַיֹּ֖אמֶר אֲחֹ֣תִי הִ֑וא כִּ֤י יָרֵא֙ לֵאמֹ֣ר אִשְׁתִּ֔י פֶּן־יַֽהַרְגֻ֜נִי אַנְשֵׁ֤י הַמָּקוֹם֙ עַל־רִבְקָ֔ה כִּֽי־טוֹבַ֥ת מַרְאֶ֖ה הִֽיא׃ 8 וַיְהִ֗י כִּ֣י אָֽרְכוּ־ל֥וֹ שָׁם֙ הַיָּמִ֔ים וַיַּשְׁקֵ֗ף אֲבִימֶ֙לֶךְ֙ מֶ֣לֶךְ פְּלִשְׁתִּ֔ים בְּעַ֖ד הֽ͏ַחַלּ֑וֹן וַיַּ֗רְא וְהִנֵּ֤ה יִצְחָק֙ מְצַחֵ֔ק אֵ֖ת רִבְקָ֥ה אִשְׁתּֽוֹ׃ 9 וַיִּקְרָ֨א אֲבִימֶ֜לֶךְ לְיִצְחָ֗ק וַיֹּ֙אמֶר֙ אַ֣ךְ הִנֵּ֤ה אִשְׁתְּךָ֙ הִ֔וא וְאֵ֥יךְ אָמַ֖רְתָּ אֲחֹ֣תִי הִ֑וא וַיֹּ֤אמֶר אֵלָיו֙ יִצְחָ֔ק כִּ֣י אָמַ֔רְתִּי פֶּן־אָמ֖וּת עָלֶֽיהָ׃ 10 וַיֹּ֣אמֶר אֲבִימֶ֔לֶךְ מַה־זֹּ֖את עָשִׂ֣יתָ לָּ֑נוּ כִּ֠מְעַט שָׁכַ֞ב אַחַ֤ד הָעָם֙ אֶת־אִשְׁתֶּ֔ךָ וְהֵבֵאתָ֥ עָלֵ֖ינוּ אָשָֽׁם׃ 11 וַיְצַ֣ו אֲבִימֶ֔לֶךְ אֶת־כָּל־הָעָ֖ם לֵאמֹ֑ר הַנֹּגֵ֜עַ בָּאִ֥ישׁ הַזֶּ֛ה וּבְאִשְׁתּ֖וֹ מ֥וֹת יוּמָֽת׃ 12 וַיִּזְרַ֤ע יִצְחָק֙ בָּאָ֣רֶץ הַהִ֔וא וַיִּמְצָ֛א בַּשָּׁנָ֥ה הַהִ֖וא מֵאָ֣ה שְׁעָרִ֑ים וֽ͏ַיְבָרֲכֵ֖הוּ יְהוָֽה׃ 13 וַיִּגְדַּ֖ל הָאִ֑ישׁ וַיֵּ֤לֶךְ הָלוֹךְ֙ וְגָדֵ֔ל עַ֥ד כִּֽי־גָדַ֖ל מְאֹֽד׃ 14 וֽ͏ַיְהִי־ל֤וֹ מִקְנֵה־צֹאן֙ וּמִקְנֵ֣ה בָקָ֔ר וַעֲבֻדָּ֖ה רַבָּ֑ה וַיְקַנְא֥וּ אֹת֖וֹ פְּלִשְׁתִּֽים׃ 15 וְכָל־הַבְּאֵרֹ֗ת אֲשֶׁ֤ר חָֽפְרוּ֙ עַבְדֵ֣י אָבִ֔יו בִּימֵ֖י אַבְרָהָ֣ם אָבִ֑יו סִתְּמ֣וּם פְּלִשְׁתִּ֔ים וַיְמַלְא֖וּם עָפָֽר׃ 16 וַיֹּ֥אמֶר אֲבִימֶ֖לֶךְ אֶל־יִצְחָ֑ק לֵ֚ךְ מֽ͏ֵעִמָּ֔נוּ כִּֽי־עָצַֽמְתָּ־מִמֶּ֖נּוּ מְאֹֽד׃ 17 וַיֵּ֥לֶךְ מִשָּׁ֖ם יִצְחָ֑ק וַיִּ֥חַן בְּנַֽחַל־גְּרָ֖ר וַיֵּ֥שֶׁב שָֽׁם׃ 18 וַיָּ֨שָׁב יִצְחָ֜ק וַיַּחְפֹּ֣ר אֶת־בְּאֵרֹ֣ת הַמַּ֗יִם אֲשֶׁ֤ר חָֽפְרוּ֙ בִּימֵי֙ אַבְרָהָ֣ם אָבִ֔יו וַיְסַתְּמ֣וּם פְּלִשְׁתִּ֔ים אַחֲרֵ֖י מ֣וֹת אַבְרָהָ֑ם וַיִּקְרָ֤א לָהֶן֙ שֵׁמ֔וֹת כַּשֵּׁמֹ֕ת אֲשֶׁר־קָרָ֥א לָהֶ֖ן אָבִֽיו׃ 19 וַיַּחְפְּר֥וּ עַבְדֵֽי־יִצְחָ֖ק בַּנָּ֑חַל וַיִּ֨מְצְאוּ־שָׁ֔ם בְּאֵ֖ר מַ֥יִם חַיִּֽים׃ 20 וַיָּרִ֜יבוּ רֹעֵ֣י גְרָ֗ר עִם־רֹעֵ֥י יִצְחָ֛ק לֵאמֹ֖ר לָ֣נוּ הַמָּ֑יִם וַיִּקְרָ֤א שֵֽׁם־הַבְּאֵר֙ עֵ֔שֶׂק כִּ֥י הִֽתְעַשְּׂק֖וּ עִמּֽוֹ׃ 21 וַֽיַּחְפְּרוּ֙ בְּאֵ֣ר אַחֶ֔רֶת וַיָּרִ֖יבוּ גַּם־עָלֶ֑יהָ וַיִּקְרָ֥א שְׁמָ֖הּ שִׂטְנָֽה׃ 22 וַיַּעְתֵּ֣ק מִשָּׁ֗ם וַיַּחְפֹּר֙ בְּאֵ֣ר אַחֶ֔רֶת וְלֹ֥א רָב֖וּ עָלֶ֑יהָ וַיִּקְרָ֤א שְׁמָהּ֙ רְחֹב֔וֹת וַיֹּ֗אמֶר כִּֽי־עַתָּ֞ה הִרְחִ֧יב יְהוָ֛ה לָ֖נוּ וּפָרִ֥ינוּ בָאָֽרֶץ׃ 23 וַיַּ֥עַל מִשָּׁ֖ם בְּאֵ֥ר שָֽׁבַע׃ 24 וַיֵּרָ֨א אֵלָ֤יו יְהוָה֙ בַּלַּ֣יְלָה הַה֔וּא וַיֹּ֕אמֶר אָנֹכִ֕י אֱלֹהֵ֖י אַבְרָהָ֣ם אָבִ֑יךָ אַל־תִּירָא֙ כִּֽי־אִתְּךָ֣ אָנֹ֔כִי וּבֵֽרַכְתִּ֙יךָ֙ וְהִרְבֵּיתִ֣י אֶֽת־זַרְעֲךָ֔ בַּעֲב֖וּר אַבְרָהָ֥ם עַבְדִּֽי׃ 25 וַיִּ֧בֶן שָׁ֣ם מִזְבֵּ֗חַ וַיִּקְרָא֙ בְּשֵׁ֣ם יְהוָ֔ה וַיֶּט־שָׁ֖ם אָהֳל֑וֹ וַיִּכְרוּ־שָׁ֥ם עַבְדֵי־יִצְחָ֖ק בְּאֵֽר׃ 26 וַאֲבִימֶ֕לֶךְ הָלַ֥ךְ אֵלָ֖יו מִגְּרָ֑ר וַאֲחֻזַּת֙ מֵֽרֵעֵ֔הוּ וּפִיכֹ֖ל שַׂר־צְבָאֽוֹ׃ 27 וַיֹּ֤אמֶר אֲלֵהֶם֙ יִצְחָ֔ק מַדּ֖וּעַ בָּאתֶ֣ם אֵלָ֑י וְאַתֶּם֙ שְׂנֵאתֶ֣ם אֹתִ֔י וַתְּשַׁלְּח֖וּנִי מֵאִתְּכֶֽם׃ 28 וַיֹּאמְר֗וּ רָא֣וֹ רָאִינוּ֮ כִּֽי־הָיָ֣ה יְהוָ֣ה עִמָּךְ֒ וַנֹּ֗אמֶר תְּהִ֨י נָ֥א אָלָ֛ה בֵּינוֹתֵ֖ינוּ בֵּינֵ֣ינוּ וּבֵינֶ֑ךָ וְנִכְרְתָ֥ה בְרִ֖ית עִמָּֽךְ׃ 29 אִם־תַּעֲשֵׂ֨ה עִמָּ֜נוּ רָעָ֗ה כַּאֲשֶׁר֙ לֹ֣א נְגַֽעֲנ֔וּךָ וְכַאֲשֶׁ֨ר עָשִׂ֤ינוּ עִמְּךָ֙ רַק־ט֔וֹב וַנְּשַׁלֵּֽחֲךָ֖ בְּשָׁל֑וֹם אַתָּ֥ה עַתָּ֖ה בְּר֥וּךְ יְהוָֽה׃ 30 וַיַּ֤עַשׂ לָהֶם֙ מִשְׁתֶּ֔ה וַיֹּאכְל֖וּ וַיִּשְׁתּֽוּ׃ 31 וַיַּשְׁכִּ֣ימוּ בַבֹּ֔קֶר וַיִּשָּׁבְע֖וּ אִ֣ישׁ לְאָחִ֑יו וַיְשַׁלְּחֵ֣ם יִצְחָ֔ק וַיֵּלְכ֥וּ מֵאִתּ֖וֹ בְּשָׁלֽוֹם׃ 32 וַיְהִ֣י בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא וַיָּבֹ֙אוּ֙ עַבְדֵ֣י יִצְחָ֔ק וַיַּגִּ֣דוּ ל֔וֹ עַל־אֹד֥וֹת הַבְּאֵ֖ר אֲשֶׁ֣ר חָפָ֑רוּ וַיֹּ֥אמְרוּ ל֖וֹ מָצָ֥אנוּ מָֽיִם׃ 33 וַיִּקְרָ֥א אֹתָ֖הּ שִׁבְעָ֑ה עַל־כֵּ֤ן שֵׁם־הָעִיר֙ בְּאֵ֣ר שֶׁ֔בַע עַ֖ד הַיּ֥וֹם הַזֶּֽה׃   ס 34 וַיְהִ֤י עֵשָׂו֙ בֶּן־אַרְבָּעִ֣ים שָׁנָ֔ה וַיִּקַּ֤ח אִשָּׁה֙ אֶת־יְהוּדִ֔ית בַּת־בְּאֵרִ֖י הַֽחִתִּ֑י וְאֶת־בָּ֣שְׂמַ֔ת בַּת־אֵילֹ֖ן הֽ͏ַחִתִּֽי׃ 35 וַתִּהְיֶ֖יןָ מֹ֣רַת ר֑וּחַ לְיִצְחָ֖ק וּלְרִבְקָֽה׃   ס