Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אבֿרהם האָט װידער גענומען אַ װײַב, און איר נאָמען איז געװען קטורָה. 2 און זי האָט אים געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחַן. 3 און יָקשָן האָט געבאָרן שבאָן, און דדָנען. און די קינדער פֿון דדָנען זײַנען געװען אַשורים, און לטושים, און לְאומים. 4 און די זין פֿון מִדיָנען זײַנען געװען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אבֿידָע, און אֶלדָעָה, די אַלע זײַנען געװען די קינדער פֿון קטורָהן. 5 און אבֿרהם האָט אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט צו יצחקן. 6 און צו די זין פֿון די קעפּסװײַבער װאָס אבֿרהם האָט געהאַט, האָט אבֿרהם געגעבן מתּנות, און האָט זײ אַװעקגעשיקט פֿון זײַן זון יצחקן, װען ער האָט נאָך געלעבט, קײן מזרח אין מזרח-לאַנד. 7 און דאָס זײַנען די טעג פֿון די יאָרן פֿון אבֿרהמס לעבן װאָס ער האָט געלעבט: הונדערט יאָר און פינף יאָר און זיבעציק יאָר. 8 און אבֿרהם איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן אין אַ גוטער עלטער, אַלט און זאַט מיט יאָרן; און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פאָלק. 9 און יצחק און יִשמָעֵאל, זײַנע זין, האָבן אים באַגראָבן אין דער הײל פֿון מַכפֵּלָה, אין דעם פֿעלד פֿון עֶפרון דעם זון פֿון צוֹחַר דעם חִתּי, װאָס פֿאַר מַמרֵא; 10 דאָס פֿעלד װאָס אבֿרהם האָט אָפּגעקױפֿט פֿון די קינדער פֿון חֵת, דאָרטן איז באַגראָבן געװאָרן אבֿרהם, און זײַן װײַב שׂרה. 11 און עס איז געװען נאָך דעם טױט פֿון אבֿרהמען, האָט גאָט געבענטשט זײַן זון יצחקן. און יצחק איז געזעסן בײַ באֵר-לַחַי-רוֹאי. 12 און דאָס זײַנען די געבורטן פֿון יִשמָעֵאל, אבֿרהמס זון, װאָס הָגָר די מִצרית, די דינסט פֿון שׂרהן, האָט געבאָרן אבֿרהמען. 13 און דאָס זײַנען די נעמען פֿון יִשמָעֵאלס זין, נאָך זײערע נעמען, לױט זײערע געבורטן: דער בכָור פֿון יִשמָעֵאלן, נבָוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבשָׂם; 14 און מִשמָע, און דומָה, און מַשׂאָ; 15 חַדַר, און תֵּימאָ, איטור, נָפֿיש און קֵדמָה. 16 דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן, און דאָס זײַנען זײערע נעמען אין זײערע דערפֿער, און אין זײערע לאַגערן; צװעלף פֿירשטן לױט זײערע פֿעלקער. – 17 און דאָס זײַנען די יאָרן פֿון יִשמָעֵאלס לעבן: הונדערט יאָר און זיבן יאָר און דרײַסיק יאָר. און ער איז פֿאַרגאַנגען און איז געשטאָרבן; און ער איז אײַנגעזאַמלט געװאָרן צו זײַן פֿאָלק. – 18 און זײ האָבן געװױנט פֿון חַוִילָה ביז שור װאָס פֿאַר מִצרַיִם, װי דו גײסט קײן אַשור; אין געזיכט פֿון אַלע זײַנע ברידער האָט ער זיך באַזעצט.
19 און דאָס איז די געשיכטע פֿון יצחק, אבֿרהמס זון: אבֿרהם האָט געבאָרן יצחקן. 20 און יצחק איז געװען פֿערציק יאָר אַלט, װען ער האָט זיך גענומען רבקה, די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם אַרַמי פֿון פַּדַן-אַרָם, די שװעסטער פֿון לָבָן דעם אַרַמי, פֿאַר אַ װײַב. 21 און יצחק האָט געבעטן צו גאָט פֿון װעגן זײַן װײַב, װאָרום זי איז געװען אַן עקרה; און גאָט האָט זיך געלאָזט דערבעטן פֿון אים, און רבקה זײַן װײַב איז טראָגעדיק געװאָרן. 22 און די קינדער האָבן זיך געשטױסן אין איר, און זי האָט געזאָגט: אױב אַזױ, נאָך װאָס דען לעב איך? און זי איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ גאָט. 23 און גאָט האָט צו איר געזאָגט: צװײ אומות זײַנען אין דײַן לײַב, און צװײ פֿעלקער װעלן זיך פֿון דײַנע אינגעװײד צעשײדן, און אַ פֿאָלק פֿון אַ פֿאָלק װעט זײַן שטאַרקער, און דער עלטערער װעט דינען דעם ייִנגערן. 24 און אַז אירע טעג זײַנען פֿול געװאָרן צום געװינען, ערשט אַ צװילינג איז אין איר לײַב. 25 און דער ערשטער איז אַרױסגעקומען אַ רױטער, אין גאַנצן אַזױ װי אַ האָריקער מאַנטל; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען עֵשָׂו. 26 און דערנאָך איז אַרױסגעקומען זײַן ברודער, און זײַן האַנט האָט צוגעהאַלטן דעם טריט פֿון עֵשָׂון; און מע האָט גערופֿן זײַן נאָמען יַעֲקב. און יצחק איז געװען זעכציק יאָר אַלט בײַ זײער געבאָרן װערן. 27 און די ייִנגלעך זײַנען אױפֿגעװאַקסן; און עֵשָׂו איז געװען אַ מענטש געניט אין געיעג, אַ פֿעלדמענטש, און יעקב איז געװען אַ שטילער מענטש װאָס זיצט אין געצעלטן. 28 און יצחק האָט ליב געהאַט עֵשָׂון, װײַל דאָס געפֿאַנג איז אים געװען צום מױל; און רבקה האָט ליב געהאַט יעקבן. 29 האָט יעקב אײן מאָל געקאָכט אַ געקעכטס, און עֵשָׂו איז אָנגעקומען פֿון פֿעלד, און ער איז געװען פֿאַרשמאַכט. 30 האָט עֵשָׂו געזאָגט צו יעקבן: לאָז מיך אַ שלונג טאָן, איך בעט דיך, פֿון דעם דאָזיקן רױטן-רױטן, װאָרום איך בין פֿאַרשמאַכט; דרום האָט מען גערופֿן זײַן נאָמען אֶדום. 31 האָט יעקב געזאָגט: פֿאַרקױף מיר אַקאָרשט דײַן בכוֹרה. 32 האָט עֵשָׂו געזאָגט: זע, איך גײ צום שטאַרבן, און צו װאָס מיר דען בכוֹרה? 33 האָט יעקב געזאָגט: שװער מיר אַקאָרשט. האָט ער אים געשװאָרן, און ער האָט פֿאַרקױפֿט זײַן בכוֹרה צו יעקבן. 34 און יעקב האָט געגעבן עֵשָׂון ברױט און געקעכטס פֿון לינדזן; און ער האָט געגעסן און געטרונקען, און איז אױפֿגעשטאַנען און אַװעקגעגאַנגען. אַזױ האָט עֵשָׂו פֿאַראַכט די בכוֹרה.
עברית
1 וַיֹּ֧סֶף אַבְרָהָ֛ם וַיִּקַּ֥ח אִשָּׁ֖ה וּשְׁמָ֥הּ קְטוּרָֽה׃ 2 וַתֵּ֣לֶד ל֗וֹ אֶת־זִמְרָן֙ וְאֶת־יָקְשָׁ֔ן וְאֶת־מְדָ֖ן וְאֶת־מִדְיָ֑ן וְאֶת־יִשְׁבָּ֖ק וְאֶת־שֽׁוּחַ׃ 3 וְיָקְשָׁ֣ן יָלַ֔ד אֶת־שְׁבָ֖א וְאֶת־דְּדָ֑ן וּבְנֵ֣י דְדָ֔ן הָי֛וּ אַשּׁוּרִ֥ם וּלְטוּשִׁ֖ים וּלְאֻמִּֽים׃ 4 וּבְנֵ֣י מִדְיָ֗ן עֵיפָ֤ה וָעֵ֙פֶר֙ וַחֲנֹ֔ךְ וַאֲבִידָ֖ע וְאֶלְדָּעָ֑ה כָּל־אֵ֖לֶּה בְּנֵ֥י קְטוּרָֽה׃ 5 וַיִּתֵּ֧ן אַבְרָהָ֛ם אֶת־כָּל־אֲשֶׁר־ל֖וֹ לְיִצְחָֽק׃ 6 וְלִבְנֵ֤י הַפִּֽילַגְשִׁים֙ אֲשֶׁ֣ר לְאַבְרָהָ֔ם נָתַ֥ן אַבְרָהָ֖ם מַתָּנֹ֑ת וַֽיְשַׁלְּחֵ֞ם מֵעַ֨ל יִצְחָ֤ק בּנוֹ֙ בְּעוֹדֶ֣נּוּ חַ֔י קֵ֖דְמָה אֶל־אֶ֥רֶץ קֶֽדֶם׃ 7 וְאֵ֗לֶּה יְמֵ֛י שְׁנֵֽי־חַיֵּ֥י אַבְרָהָ֖ם אֲשֶׁר־חָ֑י מְאַ֥ת שָׁנָ֛ה וְשִׁבְעִ֥ים שָׁנָ֖ה וְחָמֵ֥שׁ שָׁנִֽים׃ 8 וַיִּגְוַ֨ע וַיָּ֧מָת אַבְרָהָ֛ם בְּשֵׂיבָ֥ה טוֹבָ֖ה זָקֵ֣ן וְשָׂבֵ֑עַ וַיֵּאָ֖סֶף אֶל־עַמָּֽיו׃ 9 וַיִּקְבְּר֨וּ אֹת֜וֹ יִצְחָ֤ק וְיִשְׁמָעֵאל֙ בָּנָ֔יו אֶל־מְעָרַ֖ת הַמַּכְפֵּלָ֑ה אֶל־שְׂדֵ֞ה עֶפְרֹ֤ן בֶּן־צֹ֙חַר֙ הַֽחִתִּ֔י אֲשֶׁ֖ר עַל־פְּנֵ֥י מַמְרֵֽא׃ 10 הַשָּׂדֶ֛ה אֲשֶׁר־קָנָ֥ה אַבְרָהָ֖ם מֵאֵ֣ת בְּנֵי־חֵ֑ת שָׁ֛מָּה קֻבַּ֥ר אַבְרָהָ֖ם וְשָׂרָ֥ה אִשְׁתּֽוֹ׃ 11 וַיְהִ֗י אַחֲרֵי֙ מ֣וֹת אַבְרָהָ֔ם וַיְבָ֥רֶךְ אֱלֹהִ֖ים אֶת־יִצְחָ֣ק בְּנ֑וֹ וַיֵּ֣שֶׁב יִצְחָ֔ק עִם־בְּאֵ֥ר לַחַ֖י רֹאִֽי׃   ס 12 וְאֵ֛לֶּה תֹּלְדֹ֥ת יִשְׁמָעֵ֖אל בֶּן־אַבְרָהָ֑ם אֲשֶׁ֨ר יָלְדָ֜ה הָגָ֧ר הַמִּצְרִ֛ית שִׁפְחַ֥ת שָׂרָ֖ה לְאַבְרָהָֽם׃ 13 וְאֵ֗לֶּה שְׁמוֹת֙ בְּנֵ֣י יִשְׁמָעֵ֔אל בִּשְׁמֹתָ֖ם לְתוֹלְדֹתָ֑ם בְּכֹ֤ר יִשְׁמָעֵאל֙ נְבָיֹ֔ת וְקֵדָ֥ר וְאַדְבְּאֵ֖ל וּמִבְשָֽׂם׃ 14 וּמִשְׁמָ֥ע וְדוּמָ֖ה וּמַשָּֽׂא׃ 15 חֲדַ֣ד וְתֵימָ֔א יְט֥וּר נָפִ֖ישׁ וָקֵֽדְמָה׃ 16 אֵ֣לֶּה הֵ֞ם בְּנֵ֤י יִשְׁמָעֵאל֙ וְאֵ֣לֶּה שְׁמֹתָ֔ם בְּחַצְרֵיהֶ֖ם וּבְטִֽירֹתָ֑ם שְׁנֵים־עָשָׂ֥ר נְשִׂיאִ֖ם לְאֻמֹּתָֽם׃ 17 וְאֵ֗לֶּה שְׁנֵי֙ חַיֵּ֣י יִשְׁמָעֵ֔אל מְאַ֥ת שָׁנָ֛ה וּשְׁלֹשִׁ֥ים שָׁנָ֖ה וְשֶׁ֣בַע שָׁנִ֑ים וַיִּגְוַ֣ע וַיָּ֔מָת וַיֵּאָ֖סֶף אֶל־עַמָּֽיו׃ 18 וַיִּשְׁכְּנ֨וּ מֽ͏ֵחֲוִילָ֜ה עַד־שׁ֗וּר אֲשֶׁר֙ עַל־פְּנֵ֣י מִצְרַ֔יִם בֹּאֲכָ֖ה אַשּׁ֑וּרָה עַל־פְּנֵ֥י כָל־אֶחָ֖יו נָפָֽל׃   פ
19 וְאֵ֛לֶּה תּוֹלְדֹ֥ת יִצְחָ֖ק בֶּן־אַבְרָהָ֑ם אַבְרָהָ֖ם הוֹלִ֥יד אֶת־יִצְחָֽק׃ 20 וַיְהִ֤י יִצְחָק֙ בֶּן־אַרְבָּעִ֣ים שָׁנָ֔ה בְּקַחְתּ֣וֹ אֶת־רִבְקָ֗ה בַּת־בְּתוּאֵל֙ הֽ͏ָאֲרַמִּ֔י מִפַּדַּ֖ן אֲרָ֑ם אֲח֛וֹת לָבָ֥ן הָאֲרַמִּ֖י ל֥וֹ לְאִשָּֽׁה׃ 21 וַיֶּעְתַּ֨ר יִצְחָ֤ק לֽ͏ַיהוָה֙ לְנֹ֣כַח אִשְׁתּ֔וֹ כִּ֥י עֲקָרָ֖ה הִ֑וא וַיֵּעָ֤תֶר לוֹ֙ יְהוָ֔ה וַתַּ֖הַר רִבְקָ֥ה אִשְׁתּֽוֹ׃ 22 וַיִּתְרֹֽצֲצ֤וּ הַבָּנִים֙ בְּקִרְבָּ֔הּ וַתֹּ֣אמֶר אִם־כֵּ֔ן לָ֥מָּה זֶּ֖ה אָנֹ֑כִי וַתֵּ֖לֶךְ לִדְרֹ֥שׁ אֶת־יְהוָֽה׃ 23 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה לָ֗הּ שְׁנֵ֤י גיים בְּבִטְנֵ֔ךְ וּשְׁנֵ֣י לְאֻמִּ֔ים מִמֵּעַ֖יִךְ יִפָּרֵ֑דוּ וּלְאֹם֙ מִלְאֹ֣ם יֶֽאֱמָ֔ץ וְרַ֖ב יַעֲבֹ֥ד צָעִֽיר׃ 24 וַיִּמְלְא֥וּ יָמֶ֖יהָ לָלֶ֑דֶת וְהִנֵּ֥ה תוֹמִ֖ם בְּבִטְנָֽהּ׃ 25 וַיֵּצֵ֤א הָרִאשׁוֹן֙ אַדְמוֹנִ֔י כֻּלּ֖וֹ כְּאַדֶּ֣רֶת שֵׂעָ֑ר וַיִּקְרְא֥וּ שְׁמ֖וֹ עֵשָֽׂו׃ 26 וְאַֽחֲרֵי־כֵ֞ן יָצָ֣א אָחִ֗יו וְיָד֤וֹ אֹחֶ֙זֶת֙ בַּעֲקֵ֣ב עֵשָׂ֔ו וַיִּקְרָ֥א שְׁמ֖וֹ יַעֲקֹ֑ב וְיִצְחָ֛ק בֶּן־שִׁשִּׁ֥ים שָׁנָ֖ה בְּלֶ֥דֶת אֹתָֽם׃ 27 וֽ͏ַיִּגְדְּלוּ֙ הַנְּעָרִ֔ים וַיְהִ֣י עֵשָׂ֗ו אִ֛ישׁ יֹדֵ֥עַ צַ֖יִד אִ֣ישׁ שָׂדֶ֑ה וְיַעֲקֹב֙ אִ֣ישׁ תָּ֔ם יֹשֵׁ֖ב אֹהָלִֽים׃ 28 וַיֶּאֱהַ֥ב יִצְחָ֛ק אֶת־עֵשָׂ֖ו כִּי־צַ֣יִד בְּפִ֑יו וְרִבְקָ֖ה אֹהֶ֥בֶת אֶֽת־יַעֲקֹֽב׃ 29 וַיָּ֥זֶד יַעֲקֹ֖ב נָזִ֑יד וַיָּבֹ֥א עֵשָׂ֛ו מִן־הַשָּׂדֶ֖ה וְה֥וּא עָיֵֽף׃ 30 וַיֹּ֨אמֶר עֵשָׂ֜ו אֶֽל־יַעֲקֹ֗ב הַלְעִיטֵ֤נִי נָא֙ מִן־הָאָדֹ֤ם הָאָדֹם֙ הַזֶּ֔ה כִּ֥י עָיֵ֖ף אָנֹ֑כִי עַל־כֵּ֥ן קָרָֽא־שְׁמ֖וֹ אֱדֽוֹם׃ 31 וַיֹּ֖אמֶר יַעֲקֹ֑ב מִכְרָ֥ה כַיּ֛וֹם אֶת־בְּכֹֽרָתְךָ֖ לִֽי׃ 32 וַיֹּ֣אמֶר עֵשָׂ֔ו הִנֵּ֛ה אָנֹכִ֥י הוֹלֵ֖ךְ לָמ֑וּת וְלָמָּה־זֶּ֥ה לִ֖י בְּכֹרָֽה׃ 33 וַיֹּ֣אמֶר יַעֲקֹ֗ב הִשָּׁ֤בְעָה לִּי֙ כַּיּ֔וֹם וַיִּשָּׁבַ֖ע ל֑וֹ וַיִּמְכֹּ֥ר אֶת־בְּכֹרָת֖וֹ לְיַעֲקֹֽב׃ 34 וְיַעֲקֹ֞ב נָתַ֣ן לְעֵשָׂ֗ו לֶ֚חֶם וּנְזִ֣יד עֲדָשִׁ֔ים וַיֹּ֣אכַל וַיֵּ֔שְׁתְּ וַיָּ֖קָם וַיֵּלַ֑ךְ וַיִּ֥בֶז עֵשָׂ֖ו אֶת־הַבְּכֹרָֽה׃   ס