Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דאָס לעבן פֿון שׂרהן איז געװען הונדערט און זיבן יאָר און צװאַנציק יאָר; דאָס זײַנען געװען די יאָרן פֿון שׂרהס לעבן. 2 און שׂרה איז געשטאָרבן אין קִריַת-אַרבע, דאָס איז חֶברון, אין לאַנד כּנַעַן. און אבֿרהם איז געקומען צו קלאָגן אױף שׂרהן און זי צו באַװײנען. 3 און אבֿרהם איז אױפֿגעשטאַנען פֿון פֿאַר זײַן טױטן, און ער האָט גערעדט צו די קינדער פֿון חֵת, אַזױ צו זאָגן: 4 אַ פֿרעמדער אָבער אַ תּושב בין איך בײַ אײַך, גיט מיר אַ קבֿר-אײגנטום בײַ אײַך, און איך װעל באַגראָבן מײַן טױטן פֿון פֿאַר מיר. 5 האָבן די קינדער פֿון חֵת געענטפֿערט אבֿרהמען, אים אַזױ צו זאָגן: 6 הער אונדז צו, מײַן האַר, אַ געטלעכער פֿירשט ביסטו צװישן אונדז; אין דעם געקליבנסטן פֿון אונדזערע קבֿרים באַגראָב דײַן טױטן; קײנער פֿון אונדז װעט ניט פֿאַרמײַדן זײַן קבֿר פֿון דיר, אױף צו באַגראָבן דײַן טױטן. 7 איז אבֿרהם אױפֿגעשטאַנען, און האָט זיך געבוקט צו דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, צו די קינדער פֿון חֵת. 8 און ער האָט צו זײ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב עס איז אײַער װילן צו באַגראָבן מײַן טױטן פֿון פֿאַר מיר, הערט מיך צו, און בעט פֿאַר מיר בײַ עֶפֿרון דעם זון פֿון צוחַרן, 9 ער זאָל מיר געבן די הײל פֿון מַכפֵּלָה װאָס געהערט צו אים, װאָס אין עק פֿון זײַן פֿעלד; אין פֿולן געלט זאָל ער עס מיר געבן צװישן אײַך פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום. 10 און עֶפֿרון איז געזעסן צװישן די קינדער פֿון חֵת; האָט עֶפֿרון דער חִתּי געענטפֿערט אבֿרהמען אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿאַר אַלע אײַנגײער אין דעם טױער פֿון זײַן שטאָט, אַזױ צו זאָגן: 11 נײן, מײַן האַר, הער מיך צו: דאָס פֿעלד שענק איך דיר, אױך די הײל װאָס דרינען שענק איך דיר; פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון מײַן פֿאָלק שענק איך עס דיר; באַגראָב דײַן טױטן. 12 האָט אבֿרהם זיך געבוקט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, 13 און ער האָט גערעדט צו עֶפֿרונען אין די אױערן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, אַזױ צו זאָגן: װען דו װאָלסט מיך נאָר צוהערן! איך גיב דאָס געלט פֿאַרן פֿעלד, נעם עס פֿון מיר, און איך װעל דאָרטן באַגראָבן מײַן טױטן. 14 האָט עֶפֿרון געענטפֿערט אבֿרהמען, אים אַזױ צו זאָגן: 15 הער מיך צו, מײַן האַר, לאַנד אין פֿיר הונדערט שֶקל זילבער, װאָס איז דאָס צװישן מיר און צװישן דיר? און דײַן טױטן באַגראָב. 16 האָט אבֿרהם צוגעהערט צו עֶפֿרונען, און אבֿרהם האָט אָפּגעװױגן עֶפֿרונען דאָס זילבער, װאָס ער האָט געזאָגט אין די אױערן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿיר הונדערט שֶקל זילבער, גאַנגבאַר בײַם סוחר. 17 אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד פֿון עֶפֿרונען, װאָס אין מַכפֵּלָה, װאָס פֿאַר מַמרֵא, דאָס פֿעלד מיט דער הײל װאָס דרינען, און אַלע בײמער װאָס אױפֿן פֿעלד, װאָס אין זײַן גאַנצן געמאַרק רונד אַרום, 18 דער אײַנקױף פֿון אבֿרהמען, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון חֵת, פֿאַר אַלע אײַנגײער אין דעם טױער פֿון זײַן שטאָט. 19 און דערנאָך האָט אבֿרהם באַגראָבן זײַן װײַב שׂרהן אין דער הײל פֿון דעם פֿעלד פֿון מַכפֵּלָה פֿאַר מַמרֵא, דאָס איז חֶברון, אין לאַנד כּנַעַן. 20 אַזױ איז געבליבן דאָס פֿעלד, און די הײל װאָס דרינען, בײַ אבֿרהמען פֿאַר אַ קבֿר-אײגנטום, פֿון די קינדער פֿון חֵת.
עברית
1 וַיִּהְיוּ֙ חַיֵּ֣י שָׂרָ֔ה מֵאָ֥ה שָׁנָ֛ה וְעֶשְׂרִ֥ים שָׁנָ֖ה וְשֶׁ֣בַע שָׁנִ֑ים שְׁנֵ֖י חַיֵּ֥י שָׂרָֽה׃ 2 וַתָּ֣מָת שָׂרָ֗ה בְּקִרְיַ֥ת אַרְבַּ֛ע הִ֥וא חֶבְר֖וֹן בְּאֶ֣רֶץ כְּנָ֑עַן וַיָּבֹא֙ אַבְרָהָ֔ם לִסְפֹּ֥ד לְשָׂרָ֖ה וְלִבְכֹּתָֽהּ׃ 3 וַיָּ֙קָם֙ אַבְרָהָ֔ם מֵעַ֖ל פְּנֵ֣י מֵת֑וֹ וַיְדַבֵּ֥ר אֶל־בְּנֵי־חֵ֖ת לֵאמֹֽר׃ 4 גֵּר־וְתוֹשָׁ֥ב אָנֹכִ֖י עִמָּכֶ֑ם תְּנ֨וּ לִ֤י אֲחֻזַּת־קֶ֙בֶר֙ עִמָּכֶ֔ם וְאֶקְבְּרָ֥ה מֵתִ֖י מִלְּפָנָֽי׃ 5 וַיַּעֲנ֧וּ בְנֵי־חֵ֛ת אֶת־אַבְרָהָ֖ם לֵאמֹ֥ר לֽוֹ׃ 6 שְׁמָעֵ֣נוּ אֲדֹנִ֗י נְשִׂ֨יא אֱלֹהִ֤ים אַתָּה֙ בְּתוֹכֵ֔נוּ בְּמִבְחַ֣ר קְבָרֵ֔ינוּ קְבֹ֖ר אֶת־מֵתֶ֑ךָ אִ֣ישׁ מִמֶּ֔נּוּ אֶת־קִבְר֛וֹ לֹֽא־יִכְלֶ֥ה מִמְּךָ֖ מִקְּבֹ֥ר מֵתֶֽךָ׃ 7 וַיָּ֧קָם אַבְרָהָ֛ם וַיִּשְׁתַּ֥חוּ לְעַם־הָאָ֖רֶץ לִבְנֵי־חֵֽת׃ 8 וַיְדַבֵּ֥ר אִתָּ֖ם לֵאמֹ֑ר אִם־יֵ֣שׁ אֶֽת־נַפְשְׁכֶ֗ם לִקְבֹּ֤ר אֶת־מֵתִי֙ מִלְּפָנַ֔י שְׁמָע֕וּנִי וּפִגְעוּ־לִ֖י בְּעֶפְר֥וֹן בֶּן־צֹֽחַר׃ 9 וְיִתֶּן־לִ֗י אֶת־מְעָרַ֤ת הַמַּכְפֵּלָה֙ אֲשֶׁר־ל֔וֹ אֲשֶׁ֖ר בִּקְצֵ֣ה שָׂדֵ֑הוּ בְּכֶ֨סֶף מָלֵ֜א יִתְּנֶ֥נָּה לִ֛י בְּתוֹכְכֶ֖ם לַאֲחֻזַּת־קָֽבֶר׃ 10 וְעֶפְר֥וֹן יֹשֵׁ֖ב בְּת֣וֹךְ בְּנֵי־חֵ֑ת וַיַּעַן֩ עֶפְר֨וֹן הַחִתִּ֤י אֶת־אַבְרָהָם֙ בְּאָזְנֵ֣י בְנֵי־חֵ֔ת לְכֹ֛ל בָּאֵ֥י שַֽׁעַר־עִיר֖וֹ לֵאמֹֽר׃ 11 לֹֽא־אֲדֹנִ֣י שְׁמָעֵ֔נִי הַשָּׂדֶה֙ נָתַ֣תִּי לָ֔ךְ וְהַמְּעָרָ֥ה אֲשֶׁר־בּ֖וֹ לְךָ֣ נְתַתִּ֑יהָ לְעֵינֵ֧י בְנֵי־עַמִּ֛י נְתַתִּ֥יהָ לָּ֖ךְ קְבֹ֥ר מֵתֶֽךָ׃ 12 וַיִּשְׁתַּ֙חוּ֙ אַבְרָהָ֔ם לִפְנֵ֖י עַ֥ם הָאָֽרֶץ׃ 13 וַיְדַבֵּ֨ר אֶל־עֶפְר֜וֹן בְּאָזְנֵ֤י עַם־הָאָ֙רֶץ֙ לֵאמֹ֔ר אַ֛ךְ אִם־אַתָּ֥ה ל֖וּ שְׁמָעֵ֑נִי נָתַ֜תִּי כֶּ֤סֶף הַשָּׂדֶה֙ קַ֣ח מִמֶּ֔נִּי וְאֶקְבְּרָ֥ה אֶת־מֵתִ֖י שָֽׁמָּה׃ 14 וַיַּ֧עַן עֶפְר֛וֹן אֶת־אַבְרָהָ֖ם לֵאמֹ֥ר לֽוֹ׃ 15 אֲדֹנִ֣י שְׁמָעֵ֔נִי אֶרֶץ֩ אַרְבַּ֨ע מֵאֹ֧ת שֶֽׁקֶל־כֶּ֛סֶף בֵּינִ֥י וּבֵֽינְךָ֖ מַה־הִ֑וא וְאֶת־מֵתְךָ֖ קְבֹֽר׃ 16 וַיִּשְׁמַ֣ע אַבְרָהָם֮ אֶל־עֶפְרוֹן֒ וַיִּשְׁקֹ֤ל אַבְרָהָם֙ לְעֶפְרֹ֔ן אֶת־הַכֶּ֕סֶף אֲשֶׁ֥ר דִּבֶּ֖ר בְּאָזְנֵ֣י בְנֵי־חֵ֑ת אַרְבַּ֤ע מֵאוֹת֙ שֶׁ֣קֶל כֶּ֔סֶף עֹבֵ֖ר לַסֹּחֵֽר׃ 17 וַיָּ֣קָם שְׂדֵ֣ה עֶפְר֗וֹן אֲשֶׁר֙ בַּמַּכְפֵּלָ֔ה אֲשֶׁ֖ר לִפְנֵ֣י מַמְרֵ֑א הַשָּׂדֶה֙ וְהַמְּעָרָ֣ה אֲשֶׁר־בּ֔וֹ וְכָל־הָעֵץ֙ אֲשֶׁ֣ר בַּשָּׂדֶ֔ה אֲשֶׁ֥ר בְּכָל־גְּבֻל֖וֹ סָבִֽיב׃ 18 לְאַבְרָהָ֥ם לְמִקְנָ֖ה לְעֵינֵ֣י בְנֵי־חֵ֑ת בְּכֹ֖ל בָּאֵ֥י שַֽׁעַר־עִירֽוֹ׃ 19 וְאַחֲרֵי־כֵן֩ קָבַ֨ר אַבְרָהָ֜ם אֶת־שָׂרָ֣ה אִשְׁתּ֗וֹ אֶל־מְעָרַ֞ת שְׂדֵ֧ה הַמַּכְפֵּלָ֛ה עַל־פְּנֵ֥י מַמְרֵ֖א הִ֣וא חֶבְר֑וֹן בְּאֶ֖רֶץ כְּנָֽעַן׃ 20 וַיָּ֨קָם הַשָּׂדֶ֜ה וְהַמְּעָרָ֧ה אֲשֶׁר־בּ֛וֹ לְאַבְרָהָ֖ם לַאֲחֻזַּת־קָ֑בֶר מֵאֵ֖ת בְּנֵי־חֵֽת׃   ס