אידיש
1
און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, האָט גאָט געפּרוּװט אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך.
2
האָט ער געזאָגט: נעם דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן, װאָס דו האָסט ליב, יצחקן, און גײ דיר קײן לאַנד מורִיָה, און ברענג אים אױף דאָרטן פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אױף אײנעם פֿון די בערג װאָס איך װעל דיר זאָגן.
3
האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט אָנגעזאָטלט זײַן אײזל, און גענומען מיט זיך זײַנע צװײ יונגען, און זײַן זון יצחקן; און ער האָט צעהאַקט דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען צו דעם אָרט װאָס גאָט האָט אים געזאָגט.
4
אױפֿן דריטן טאָג האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען דעם אָרט פֿון װײַטן.
5
און אבֿרהם האָט געזאָגט צו זײַנע יונגען: בלײַבט אײַך דאָ מיטן אײזל, און איך און דער ייִנגל װעלן גײן ביז אַהין, און מיר װעלן זיך בוקן, און זיך אומקערן צו אײַך.
6
און אבֿרהם האָט גענומען דאָס האָלץ פֿאַרן בראַנדאָפּפֿער, און אַרױפֿגעטאָן אױף זײַן זון יצחקן, און ער האָט גענומען אין זײַן האַנט דאָס פֿײַער און דעם שלאַכטמעסער, און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען באַנאַנד.
7
האָט יצחק זיך אָפּגערופֿן צו זײַן פֿאָטער אבֿרהמען, און האָט געזאָגט: מײַן פֿאָטער! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך, מײַן זון. האָט ער געזאָגט: אָט איז דאָס פֿײַער און דאָס האָלץ, און װוּ איז דאָס לאַם פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער?
8
האָט אבֿרהם געזאָגט: גאָט װעט זיך שױן זען אַ לאַם פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער, מײַן זון. און זײ זײַנען בײדע געגאַנגען באַנאַנד.
9
און זײ זײַנען געקומען צו דעם אָרט װאָס גאָט האָט אים געזאָגט; און אבֿרהם האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח, און האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און ער האָט געבונדן זײַן זון יצחקן, און אים אַרױפֿגעטאָן אױפֿן מזבח, איבערן האָלץ.
10
און אבֿרהם האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט, און האָט גענומען דעם שלאַכטמעסער צו שעכטן זײַן זון.
11
האָט אַ מלאך פֿון גאָט גערופֿן צו אים פֿון הימל, און האָט געזאָגט: אבֿרהם! אבֿרהם! האָט ער געענטפֿערט: דאָ בין איך.
12
האָט ער געזאָגט: זאָלסט ניט אױסשטרעקן דײַן האַנט אױפֿן ייִנגל, און זאָלסט אים גאָרנישט טאָן; װאָרום אַצונד װײס איך אַז דו ביסט גאָטספֿאָרכטיק, אַז דו האָסט ניט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן, פֿון מיר.
13
האָט אבֿרהם אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן, און האָט דערזען ערשט הינטן האָט אַ װידער זיך אײַנגעדרײט אין אַ געצװײַג מיט זײַנע הערנער. איז אבֿרהם געגאַנגען, און האָט גענומען דעם װידער, און האָט אים אױפֿגעבראַכט פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער אָנשטאָט זײַן זון.
14
און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון יענעם אָרט יהוה-יִראֶה; אַזױ װי עס װערט נאָך הײַנט געזאָגט: אױף דעם באַרג פֿון יהוה װערט געזען.
15
און דער מלאך פֿון גאָט האָט גערופֿן צו אבֿרהמען אַ צװײט מאָל פֿון הימל,
16
און האָט געזאָגט: איך שװער בײַ זיך, זאָגט גאָט, אַז װײַל דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך, און האָסט ניט פֿאַרמיטן דײַן זון, דײַן אײנאײנציקן,
17
איז, בענטשן װעל איך דיך בענטשן, און מערן װעל איך מערן דײַן זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים; און דײַן זאָמען װעט אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פײַנט.
18
און בענטשן װעלן זיך מיט דײַן זאָמען אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד, דערפֿאַר װאָס דו האָסט צוגעהערט צו מײַן קול.
19
און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַנע יונגען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און זײַנען געגאַנגען באַנאַנד קײן באֵר-שֶבַע. און אבֿרהם איז געבליבן אין באֵר-שֶבַע.
20
און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז אָנגעזאָגט געװאָרן אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: זע, מִלכָּה, זי אױך האָט געבאָרן זין צו דײַן ברודער נָחורן:
21
עוץ זײַן בכור, און בוז זײַן ברודער, און קמואֵל דעם פֿאָטער פֿון אַַרָם, און
22
כֶּשֶׂדן, און חַזון, און פִּלדָשן, און יִדלָפֿן, און בתואֵלן.
23
און בתואֵל האָט געבאָרן רבקהן. די דאָזיקע אַכט האָט מִלכָּה געבאָרן צו נָחור, אבֿרהמס ברודער.
24
און זײַן קעפּסװײַב װאָס איר נאָמען איז געװען רְאומָה, זי אױך האָט געבאָרן טֶבַחן, און גַחַמען, און תַּחַשן, און מַעֲכָהן.