אידיש
1
און גאָט האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און גאָט האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט.
2
און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס גאָט האָט אים אָנגעזאָגט.
3
און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס איז אים געבאָרן געװאָרן, װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן, יִצחָק.
4
און אבֿרהם האָט געמַלט זײַן זון יצחקן צו אַכט טעג, אַזױ װי גאָט האָט אים באַפֿױלן.
5
און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט, װען זײַן זון יצחק איז אים געבאָרן געװאָרן.
6
און שׂרה האָט געזאָגט: אַ געלעכטער האָט מיר גאָט געמאַכט; איטלעכער װאָס הערט עס, װעט לאַכן װעגן מיר.
7
און זי האָט געזאָגט: װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען: שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז איך װעל געבערן אַ זון אױף זײַן עלטער?
8
און דאָס קינד איז געװאַקסן, און איז אַנטװױנט געװאָרן, און אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט אין דעם טאָג װאָס יצחק איז אַנטװױנט געװאָרן.
9
און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון הָגָר דער מִצרית, װאָס זי האָט געבאָרן אבֿרהמען, װי ער שפּילט זיך.
10
און זי האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: טרײַב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון, װאָרום דער זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט ניט ירשען מיט מײַן זון, מיט יצחקן.
11
און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען פֿון װעגן זײַן זון.
12
האָט גאָט געזאָגט צו אבֿרהמען: זאָל ניט שלעכט זײַן אין דײַנע אױגן איבער דעם ייִנגל, און איבער דער דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר, הער זיך אײַן צו איר קול, װאָרום אױף יצחקן װעט גערופֿן װערן דײַן זאָמען.
13
אָבער אױך דעם זון פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק, װײַל ער איז דײַן זאָמען.
14
האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען ברױט און אַ לאָגל װאַסער, און געגעבן צו הָגָרן – אַרױפֿגעטאָן אױף איר אַקסל – און אױך דאָס קינד, און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון באֵר-שֶבַע.
15
איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל, און זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך,
16
און זי איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס װײַט, װאָרום זי האָט געזאָגט: לאָמיך ניט זען װי דאָס קינד שטאַרבט. און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער, און האָט אױפֿגעהױבן איר קול און האָט געװײנט.
17
האָט גאָט געהערט דעם קול פֿון דעם ייִנגל, און אַ מלאך פֿון גאָט האָט גערופֿן צו הָגָרן פֿון הימל, און האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, הָגָר? זאָלסט ניט מורא האָבן, װאָרום גאָט האָט צוגעהערט צו דעם קול פֿון דעם ייִנגל אַװוּ ער איז דאָרט.
18
שטײ אױף, הײב אױף דעם ייִנגל, און האַלט אים צו מיט דײַן האַנט; װאָרום פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.
19
און גאָט האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן, און זי האָט דערזען אַ ברונעם װאַסער, און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל מיט װאַסער, און געגעבן טרינקען דעם ייִנגל.
20
און גאָט איז געװען מיטן ייִנגל, און ער איז אױפֿגעװאַקסן, און איז געזעסן אין מדבר, און איז געװען אַ בױגנשיסער.
21
און ער איז געזעסן אין מדבר פּאָרָן; און זײַן מוטער האָט אים גענומען אַ װײַב פֿון לאַנד מִצרַיִם.
22
און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט אבֿימֶלֶך און פּיכול דער האַר פֿון זײַן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: גאָט איז מיט דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט;
23
דרום שװער מיר דאָ אַצונד בײַ גאָט, אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר, אָדער אָן מײַן זון, אָדער אָן מײַן אײניקל; אַזױ װי דער חסד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר, זאָלסטו טאָן מיט מיר, און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן דרינען.
24
האָט אבֿרהם געזאָגט: איך װעל שװערן.
25
אָבער אבֿרהם האָט פֿאָרגעהאַלטן אבֿימֶלֶכן װעגן דעם ברונעם װאַסער, װאָס די קנעכט פֿון אבֿימֶלֶכן האָבן געגזלט.
26
האָט אבֿימֶלֶך געזאָגט: איך װײס ניט װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרום ניט דו האָסט מיר צו מאָל דערצײלט, און ניט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ הײַנט.
27
האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער, און געגעבן אבֿימֶלֶכן, און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ בונד.
28
און אבֿרהם האָט אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער.
29
האָט אבֿימֶלֶך געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס זײַנען די דאָזיקע לעמער, װאָס דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער?
30
האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זיבן לעמער מוסטו נעמען פֿון מײַן האַנט, כּדי דאָס זאָל מיר זײַן צום עדות, אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם.
31
דרום האָט מען גערופֿן יענעם אָרט באֵר-שֶבַע, װײַל דאָרטן האָבן זײ בײדע זיך געגעבן אַ שבועה.
32
אַזױ האָבן זײ געשלאָסן אַ בונד אין באֵר-שֶבַע; און אבֿימֶלֶך און פּיכול דער האַר פֿון זײַן חיל זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים.
33
און ער האָט געפֿלאַנצט אַ טאַמאַריסקנבױם אין באֵר-שֶבַע, און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון יהוה, דעם אײביקן גאָט.
34
און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים פֿיל טעג.