Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און אבֿרהם האָט אַװעקגעצױגן פֿון דאָרטן צום לאַנד פֿון דרום, און ער האָט זיך באַזעצט צװישן קָדֵש און צװישן שור, און האָט געװױנט אין גרָר. 2 און אבֿרהם האָט געזאָגט אױף זײַן װײַב שׂרהן: זי איז מײַנע אַ שװעסטער. האָט געשיקט אבֿימֶלֶך דער מלך פֿון גרָר, און האָט צוגענומען שׂרהן. 3 איז גאָט געקומען צו אבֿימֶלֶכן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און האָט צו אים געזאָגט: זע, װעסט שטאַרבן פֿון װעגן דער פֿרױ װאָס דו האָסט גענומען, װאָרום זי איז די װײַב פֿון אַ מאַן. 4 און אבֿימֶלֶך האָט צו איר ניט גענענט און ער האָט געזאָגט: גאָט, װילסטו אױך אומשולדיק פֿאָלק הרגען? 5 האָט ער מיר ניט אַלײן געזאָגט: זי איז מײַנע אַ שװעסטער? און זי, אױך זי האָט געזאָגט: ער איז מײַנער אַ ברודער. אין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן און אין דער רײנקײט פֿון מײַנע הענט האָב איך דאָס געטאָן. 6 האָט גאָט צו אים געזאָגט אין חלום: יאָ, איך װײס אַז אין דער ערלעכקײט פֿון דײַן האַרצן האָסטו דאָס געטאָן, און איך האָב דיך אױך געװאָלט פֿאַרמײַדן פֿון זינדיקן צו מיר, דרום האָב איך דיך ניט געלאָזט זיך צורירן צו איר. 7 און אַצונד, קער אום די װײַב פֿון דעם מאַן, װאָרום ער איז אַ נביא, און ער װעט מתפּלל זײַן פֿאַר דיר, און װעסט בלײַבן לעבן; אױב אָבער דו קערסט זי ניט אום, זײַ װיסן אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן, דו און אַלע װאָס געהערן צו דיר. 8 האָט אבֿימֶלֶך זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט צונױפֿגערופֿן אַלע זײַנע קנעכט, און האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער אין זײערע אױערן, און די מענטשן האָבן זײער מורא געהאַט. 9 און אבֿימֶלֶך האָט גערופֿן אבֿרהמען, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס האָסטו אונדז געטאָן? און װאָס האָב איך געזינדיקט אַקעגן דיר, װאָס דו האָסט געבראַכט אױף מיר און אױף מײַן קיניגרײַך אַזאַ גרױסע זינד? מעשׂים װאָס װערן ניט געטאָן, האָסטו געטאָן צו מיר. 10 און אבֿימֶלֶך האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס האָסטו אײַנגעזען, אַז דו האָסט געטאָן די דאָזיקע זאַך? 11 האָט אבֿרהם געזאָגט: װײַל איך האָב געקלערט: פֿאַר װאָר, קײן מורא פֿאַר גאָט איז ניטאָ אין דעם דאָזיקן אָרט, און זײ װעלן מיך הרגען פֿון װעגן מײַן װײַב. 12 און זי איז אױך אין דער אמתן מײַנע אַ שװעסטער, די טאָכטער פֿון מײַן פֿאָטער, נאָר ניט די טאָכטער פֿון מײַן מוטער; דרום איז זי מיר געװאָרן פֿאַר אַ װײַב. 13 און עס איז געװען, אַז גאָט האָט מיך פֿאַרװאָגלט פֿון מײַן פאָטערס הױז, האָב איך צו איר געזאָגט: דאָס זאָל זײַן דײַן חסד װאָס דו זאָלסט טאָן מיט מיר: אין איטלעכן אָרט, װאָס מיר װעלן אַהין קומען, זאָג אױף מיר: ער איז מײַנער אַ ברודער. 14 האָט אבֿימֶלֶך גענומען שאָף און רינדער, און קנעכט און דינסטן, און האָט געגעבן אבֿרהמען, און ער האָט אים אומגעקערט זײַן װײַב שׂרהן. 15 און אבֿימֶלֶך האָט געזאָגט: אָט איז מײַן לאַנד פֿאַר דיר; װוּ עס איז גוט אין דײַנע אױגן, באַזעץ זיך. 16 און צו שׂרהן האָט ער געזאָגט: אָט האָב איך געגעבן דײַן ברודער טױזנט זילבערשטיק; זע, דאָס איז דיר אַ צודעק פֿאַר די אױגן אַקעגן אַלע װאָס מיט דיר; און פֿאַר אַלעמען ביסטו גערעכטפֿאַרטיקט. 17 און אבֿרהם האָט מתפּלל געװען צו גאָט, און גאָט האָט געהײלט אבֿימֶלֶכן, און זײַן װײַב, און זײַנע דינסטן, און זײ האָבן געבאָרן. 18 װאָרום פֿאַרשלאָסן האָט גאָט געהאַט פֿאַרשלאָסן יעטװעדער טראַכט פֿון אבֿימֶלֶכס הױז פֿון װעגן שׂרה, אבֿרהמס װײַב.
עברית
1 וַיִּסַּ֨ע מִשָּׁ֤ם אַבְרָהָם֙ אַ֣רְצָה הַנֶּ֔גֶב וַיֵּ֥שֶׁב בֵּין־קָדֵ֖שׁ וּבֵ֣ין שׁ֑וּר וַיָּ֖גָר בִּגְרָֽר׃ 2 וַיֹּ֧אמֶר אַבְרָהָ֛ם אֶל־שָׂרָ֥ה אִשְׁתּ֖וֹ אֲחֹ֣תִי הִ֑וא וַיִּשְׁלַ֗ח אֲבִימֶ֙לֶךְ֙ מֶ֣לֶךְ גְּרָ֔ר וַיִּקַּ֖ח אֶת־שָׂרָֽה׃ 3 וַיָּבֹ֧א אֱלֹהִ֛ים אֶל־אֲבִימֶ֖לֶךְ בַּחֲל֣וֹם הַלָּ֑יְלָה וַיֹּ֣אמֶר ל֗וֹ הִנְּךָ֥ מֵת֙ עַל־הָאִשָּׁ֣ה אֲשֶׁר־לָקַ֔חְתָּ וְהִ֖וא בְּעֻ֥לַת בָּֽעַל׃ 4 וַאֲבִימֶ֕לֶךְ לֹ֥א קָרַ֖ב אֵלֶ֑יהָ וַיֹּאמַ֕ר אֲדֹנָ֕י הֲג֥וֹי גַּם־צַדִּ֖יק תַּהֲרֹֽג׃ 5 הֲלֹ֨א ה֤וּא אָֽמַר־לִי֙ אֲחֹ֣תִי הִ֔וא וְהִֽיא־גַם־הִ֥וא אֽ͏ָמְרָ֖ה אָחִ֣י ה֑וּא בְּתָם־לְבָבִ֛י וּבְנִקְיֹ֥ן כַּפַּ֖י עָשִׂ֥יתִי זֹֽאת׃ 6 וַיֹּאמֶר֩ אֵלָ֨יו הֽ͏ָאֱלֹהִ֜ים בַּחֲלֹ֗ם גַּ֣ם אָנֹכִ֤י יָדַ֙עְתִּי֙ כִּ֤י בְתָם־לְבָבְךָ֙ עָשִׂ֣יתָ זֹּ֔את וָאֶחְשֹׂ֧ךְ גַּם־אָנֹכִ֛י אֽוֹתְךָ֖ מֵחֲטוֹ־לִ֑י עַל־כֵּ֥ן לֹא־נְתַתִּ֖יךָ לִנְגֹּ֥עַ אֵלֶֽיהָ׃ 7 וְעַתָּ֗ה הָשֵׁ֤ב אֵֽשֶׁת־הָאִישׁ֙ כִּֽי־נָבִ֣יא ה֔וּא וְיִתְפַּלֵּ֥ל בּֽ͏ַעַדְךָ֖ וֶֽחְיֵ֑ה וְאִם־אֵֽינְךָ֣ מֵשִׁ֗יב דַּ֚ע כִּי־מ֣וֹת תָּמ֔וּת אַתָּ֖ה וְכָל־אֲשֶׁר־לָֽךְ׃ 8 וַיַּשְׁכֵּ֨ם אֲבִימֶ֜לֶךְ בַּבֹּ֗קֶר וַיִּקְרָא֙ לְכָל־עֲבָדָ֔יו וַיְדַבֵּ֛ר אֶת־כָּל־הַדְּבָרִ֥ים הָאֵ֖לֶּה בְּאָזְנֵיהֶ֑ם וַיִּֽירְא֥וּ הָאֲנָשִׁ֖ים מְאֹֽד׃ 9 וַיִּקְרָ֨א אֲבִימֶ֜לֶךְ לְאַבְרָהָ֗ם וַיֹּ֨אמֶר ל֜וֹ מֶֽה־עָשִׂ֤יתָ לָּ֙נוּ֙ וּמֶֽה־חָטָ֣אתִי לָ֔ךְ כִּֽי־הֵבֵ֧אתָ עָלַ֛י וְעַל־מַמְלַכְתִּ֖י חֲטָאָ֣ה גְדֹלָ֑ה מַעֲשִׂים֙ אֲשֶׁ֣ר לֹא־יֵֽעָשׂ֔וּ עָשִׂ֖יתָ עִמָּדִֽי׃ 10 וַיֹּ֥אמֶר אֲבִימֶ֖לֶךְ אֶל־אַבְרָהָ֑ם מָ֣ה רָאִ֔יתָ כִּ֥י עָשִׂ֖יתָ אֶת־הַדָּבָ֥ר הַזֶּֽה׃ 11 וַיֹּ֙אמֶר֙ אַבְרָהָ֔ם כִּ֣י אָמַ֗רְתִּי רַ֚ק אֵין־יִרְאַ֣ת אֱלֹהִ֔ים בַּמָּק֖וֹם הַזֶּ֑ה וַהֲרָג֖וּנִי עַל־דְּבַ֥ר אִשְׁתִּֽי׃ 12 וְגַם־אָמְנָ֗ה אֲחֹתִ֤י בַת־אָבִי֙ הִ֔וא אַ֖ךְ לֹ֣א בַת־אִמִּ֑י וַתְּהִי־לִ֖י לְאִשָּֽׁה׃ 13 וַיְהִ֞י כַּאֲשֶׁ֧ר הִתְע֣וּ אֹתִ֗י אֱלֹהִים֮ מִבֵּ֣ית אָבִי֒ וָאֹמַ֣ר לָ֔הּ זֶ֣ה חַסְדֵּ֔ךְ אֲשֶׁ֥ר תַּעֲשִׂ֖י עִמָּדִ֑י אֶ֤ל כָּל־הַמָּקוֹם֙ אֲשֶׁ֣ר נָב֣וֹא שָׁ֔מָּה אִמְרִי־לִ֖י אָחִ֥י הֽוּא׃ 14 וַיִּקַּ֨ח אֲבִימֶ֜לֶךְ צֹ֣אן וּבָקָ֗ר וַעֲבָדִים֙ וּשְׁפָחֹ֔ת וַיִּתֵּ֖ן לְאַבְרָהָ֑ם וַיָּ֣שֶׁב ל֔וֹ אֵ֖ת שָׂרָ֥ה אִשְׁתּֽוֹ׃ 15 וַיֹּ֣אמֶר אֲבִימֶ֔לֶךְ הִנֵּ֥ה אַרְצִ֖י לְפָנֶ֑יךָ בַּטּ֥וֹב בְּעֵינֶ֖יךָ שֵֽׁב׃ 16 וּלְשָׂרָ֣ה אָמַ֗ר הִנֵּ֨ה נָתַ֜תִּי אֶ֤לֶף כֶּ֙סֶף֙ לְאָחִ֔יךְ הִנֵּ֤ה הוּא־לָךְ֙ כְּס֣וּת עֵינַ֔יִם לְכֹ֖ל אֲשֶׁ֣ר אִתָּ֑ךְ וְאֵ֥ת כֹּ֖ל וְנֹכָֽחַת׃ 17 וַיִּתְפַּלֵּ֥ל אַבְרָהָ֖ם אֶל־הָאֱלֹהִ֑ים וַיִּרְפָּ֨א אֱלֹהִ֜ים אֶת־אֲבִימֶ֧לֶךְ וְאֶת־אִשְׁתּ֛וֹ וְאַמְהֹתָ֖יו וַיֵּלֵֽדוּ׃ 18 כִּֽי־עָצֹ֤ר עָצַר֙ יְהוָ֔ה בְּעַ֥ד כָּל־רֶ֖חֶם לְבֵ֣ית אֲבִימֶ֑לֶךְ עַל־דְּבַ֥ר שָׂרָ֖ה אֵ֥שֶׁת אַבְרָהָֽם׃   ס