אידיש
1
אַזױ זײַנען פֿאַרענדיקט געװאָרן דער הימל און די ערד און זײער גאַנצער חיל.
2
און גאָט האָט געענדיקט צום זיבעטן טאָג זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט, און ער האָט גערוט אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט.
3
און גאָט האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און האָט אים געהײליקט, װאָרום אין אים האָט ער גערוט פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס גאָט האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.
4
דאָס איז די געשיכטע פֿון דעם הימל און דער ערד װען זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן, אין דעם טאָג װאָס גאָט דער האַר האָט געמאַכט ערד און הימל.
5
און קײן בײמל פֿון פֿעלד איז נאָך ניט געװען אױף דער ערד, און קײן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט נאָך ניט געשפּראָצט, װאָרום גאָט דער האַר האָט ניט געמאַכט רעגענען אױף דער ערד, און אַ מענטש איז ניט געװען צו באַאַרבעטן די ערד;
6
נאָר אַ נעבל פֿלעגט אױפֿגײן פֿון דער ערד, און פֿלעגט אָנטרינקען דאָס גאַנצע געזיכט פֿון דער ערד.
7
האָט גאָט דער האַר געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער ערד, און האָט אַרײַנגעבלאָזן אין זײַנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון לעבן, און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש.
8
און גאָט דער האַר האָט געפֿלאַנצט אַ גאָרטן אין עֵדֶן, אין מזרח, און האָט דאָרטן אַרײַנגעזעצט דעם מענטשן װאָס ער האָט געפֿורעמט.
9
און גאָט דער האַר האָט געמאַכט שפּראָצן פֿון דער ערד אַלערלײ בײמער גלוסטיק אָנצוקוקן און גוט צום עסן; אױך דעם בױם פֿון לעבן, אין מיטן גאָרטן, און דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס.
10
און אַ טײַך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון עֵדֶן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך צעשײדט, און איז געװאָרן פֿיר טײלן.
11
דער נאָמען פֿון אײנעם איז פּישון; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד חַוִילָה, װאָס דאָרטן איז דאָ גאָלד;
12
און דאָס גאָלד פֿון יענעם לאַנד איז גוט. דאָרטן איז דער בדוֹלַח און דער אָניקלשטײן.
13
און דער נאָמען פֿון צװײטן טײַך איז גיחוֹן; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד כּוש.
14
און דער נאָמען פֿון דריטן טײַך איז חִדֶקל; דאָס איז דער װאָס גײט צו מזרח פֿון אַשור. און דער פֿירטער טײַך, דאָס איז פּרָת.
15
און גאָט דער האַר האָט גענומען דעם מענטשן, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין גאָרטן פֿון עֵדֶן, אים צו באַאַרבעטען און אים צו היטן.
16
און גאָט דער האַר האָט אָנגעזאָגט דעם מענטשן, אַזױ צו זאָגן: פֿון אַלע בײמער פֿון גאָרטן מעגסטו עסן;
17
אָבער פֿון דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס, פֿון אים זאָלסטו ניט עסן, װאָרום אין דעם טאָג װאָס דו עסט פֿון אים, װעסטו זיכער שטאַרבן.
18
און גאָט דער האַר האָט געזאָגט: עס איז ניט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים.
19
און גאָט דער האַר האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל, און געבראַכט צו דעם מענטשן, צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן, און װאָס נאָר דער מענטש װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש, דאָס זאָל זײַן איר נאָמען.
20
האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות, און פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר אָדָמען האָט ער ניט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים.
21
האָט גאָט דער האַר געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש.
22
און גאָט דער האַר האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן.
23
האָט דער מענטש געזאָגט: דאָס מאָל איז דאָס אַ בײן פֿון מײַנע בײנער, און פֿלײש פֿון מײַן פֿלײש; די דאָזיקע זאָל גערופֿן װערן פֿרױ, װײַל פֿון אַ מאַן איז גענומען געװאָרן די דאָזיקע.
24
דרום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן לײַב.
25
און זײ זײַנען בײדע געװען נאַקעט, דער מענטש און זײַן װײַב, און זײ פֿלעגן זיך ניט שעמען.