אידיש
1
און גאָט האָט זיך באַװיזן צו אים, בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא, װען ער איז געזעסן אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, אין דער היץ פֿון טאָג.
2
און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט דערזען, ערשט דרײַ מענער שטײען פֿאַר אים; און װי ער האָט זײ דערזען, אַזױ איז ער זײ געלאָפֿן אַנטקעגן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און האָט זיך געבוקט צו דער ערד.
3
און ער האָט געזאָגט: מײַן האַר, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, זאָלסטו, איך בעט דיך, ניט אַװעקגײן פֿון דײַן קנעכט.
4
לאָז געבראַכט װערן אַ ביסל װאַסער, און װאַשט אײַערע פֿיס, און לענט אײַך אָן אונטערן בױם.
5
און איך װעל ברענגען אַ שטיקל ברױט, און איר װעט אונטערלענען אײַער האַרץ, דערנאָך װעט איר גײן װײַטער; אַזױ װי איר זײַט שױן אַריבערגעקומען צו אײַער קנעכט. האָבן זײ געזאָגט: טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט.
6
האָט אבֿרהם געאײַלט אין געצעלט צו שׂרהן, און האָט געזאָגט: אײַל זיך! דרײַ סְאָה זעמלמעל, פֿאַרקנעט און מאַך קוכנס.
7
און צו די רינדער איז אבֿרהם געלאָפֿן, און האָט גענומען אַ יונג רינד, װײך און פֿעט, און געגעבן צום יונג; און ער האָט עס צוגעריכט אױף גיך.
8
און ער האָט גענומען שמאַנט און מילך, און דאָס יונגע רינד װאָס ער האָט צוגעריכט, און האָט אַװעקגעשטעלט פֿאַר זײ; און ער איז געשטאַנען פֿאַר זײ אונטערן בױם, און זײ האָבן געגעסן.
9
האָבן זײ צו אים געזאָגט: װוּ איז שׂרה דײַן װײַב? האָט ער געזאָגט: אָן אין געצעלט.
10
האָט ער געזאָגט: אומקערן װעל איך זיך אומקערן אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און זע, שׂרה דײַן װײַב װעט האָבן אַ זון. און שׂרה האָט זיך אײַנגעהערט אין אײַנגאַנג פֿון געצעלט װאָס הינטער אים. –
11
און אבֿרהם און שׂרה זײַנען געװען באַטאָגטע זקנים; בײַ שׂרהן האָט אױפֿגעהערט צו זײַן דער שטײגער װי בײַ װײַבער. –
12
און שׂרה האָט געלאַכט אין זיך אַזױ צו זאָגן: נאָכדעם װי איך בין אַלט געװאָרן, זאָל איך נאָך האָבן תּענוג? דערצו איז מײַן האַר אַלט.
13
האָט גאָט געזאָגט צו אבֿרהמען: פֿאַר װאָס האָט שׂרה געלאַכט, אַזױ צו זאָגן: צי קען איך אין דער אמתן געבערן, אַז איך בין אַלט?
14
איז דען אַ זאַך פֿאַרמיטן פֿון גאָט? צו דער באַשטימטער צײַט װעל איך װידערקערן צו דיר, אַזױ װי איצט איבער אַ יאָר, און שׂרה װעט האָבן אַ זון.
15
האָט שׂרה געלײקנט, אַזױ צו זאָגן: איך האָב ניט געלאַכט; װאָרום זי האָט מורא געהאַט; און ער האָט געזאָגט: נײן, האָסט יאָ געלאַכט.
16
און די מענער זײַנען אױפֿגעשטאַנען פֿון דאָרטן, און האָבן אַראָפּגעקוקט אױף סדום. און אבֿרהם איז געגאַנגען מיט זײ, זײ צו באַלײטן.
17
און גאָט האָט געזאָגט: זאָל איך פֿאַרדעקן פֿון אבֿרהמען װאָס איך װיל טאָן?
18
און אבֿרהם װעט דאָך װערן אַ גרױס און מאַכטיק פֿאָלק, און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זיך בענטשן מיט אים;
19
װאָרום איך האָב אים דערקענט, כּדי ער זאָל באַפֿעלן זײַנע קינדער, און זײַן הױז נאָך אים, אַז זײ זאָלן היטן דעם װעג פֿון גאָט, צו טאָן רעכט און גערעכטיקײט, כּדי גאָט זאָל ברענגען אױף אבֿרהמען װאָס ער האָט גערעדט װעגן אים.
20
און גאָט האָט געזאָגט: דאָס געשרײ װעגן סדום און עַמורָה איז פֿאַר װאָר גרױס, און זײער זינד איז פֿאַר װאָר זײער שװער.
21
לאָמיך אַקאָרשט אַראָפּנידערן און זען, אױב זײ האָבן אין גאַנצן געטאָן אַזױ װי דאָס געשרײ װאָס איז געקומען צו מיר; און אױב ניט, לאָמיך װיסן.
22
און די מענער האָבן זיך פֿאַרקערט פֿון דאָרטן, און זײַנען געגאַנגען קײן סדום; און אבֿרהם איז נאָך אַלץ געשטאַנען פֿאַר גאָט.
23
און אבֿרהם האָט גענענט און האָט געזאָגט: ניט-שױן װעסטו אומברענגען דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן?
24
טאָמער זײַנען דאָ פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, ניט-שױן װעסטו זײ אומברענגען, און װעסט ניט פֿאַרגעבן דעם אָרט פֿון װעגן די פֿופֿציק אומשולדיקע װאָס אין איר?
25
חלילה דיר צו טאָן אַזאַ זאַך, צו טײטן דעם אומשולדיקן מיט דעם שולדיקן, אַז דער אומשולדיקער זאָל זײַן אַזױ װי דער שולדיקער; חלילה דיר! זאָל דער ריכטער פֿון דער גאַנצער ערד ניט טאָן גערעכטיקײט?
26
האָט גאָט געזאָגט: אױב איך װעל געפֿינען אין סדום פֿופֿציק אומשולדיקע אין דער שטאָט, װעל איך פֿאַרגעבן דעם גאַנצן אָרט פֿון זײערטװעגן.
27
האָט זיך אָפּגערופֿן אבֿרהם און האָט געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו מײַן האַר, הגם איך בין שטױב און אַש.
28
טאָמער װעלן פֿעלן פֿון די פֿופֿציק אומשולדיקע פֿינף, װעסטו פֿון װעגן די פֿינף צעשטערן די גאַנצע שטאָט? האָט ער געזאָגט: איך װעל ניט צעשטערן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען פֿינף און פֿערציק.
29
און ער האָט װידער אַ מאָל צו אים גערעדט, און האָט געזאָגט: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען פֿערציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס ניט טאָן פֿון װעגן די פֿערציק.
30
האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר ניט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען דרײַסיק? האָט ער געזאָגט: איך װעל עס ניט טאָן, אױב איך װעל דאָרטן געפֿינען דרײַסיק.
31
האָט ער געזאָגט: זע, איך בעט דיך, איך אונטערשטײ מיך צו רעדן צו מײַן האַר: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צװאַנציק? האָט ער געזאָגט: איך װעל ניט צעשטערן פֿון װעגן די צװאַנציק.
32
האָט ער געזאָגט: זאָל, איך בעט דיך, מײַן האַר ניט פֿאַרדריסן, און איך װעל רעדן נאָר דאָס מאָל: טאָמער װעלן זיך דאָרטן געפֿינען צען? האָט ער געזאָגט: איך װעל ניט צעשטערן פֿון װעגן די צען.
33
און גאָט איז אַװעקגעגאַנגען, װען ער האָט געענדיקט רעדן צו אבֿרהמען; און אבֿרהם האָט זיך אומגעקערט צו זײַן אָרט.