Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס איז געװען אין די טעג פֿון אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר, כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גױִם, 2 האָבן זײ געמאַכט אַ מלחמה מיט ברַע דעם מלך פֿון סדום, און מיט ברשַע דעם מלך פֿון עַמורָה, שִנאָב דעם מלך פֿון אַדמָה, און שֶמאבֿר דעם מלך פֿון צבױִם, און דעם מלך פֿון בלַע, דאָס איז צועַר. 3 די אַלע האָבן זיך צונױפֿגעחברט אין טאָל שִׂדים, דאָס איז דער יַם-הַמֶלַח. 4 צװעלף יאָר האָבן זײ געדינט כּדָרלעומֶרן, און אױפֿן דרײַצנטן יאָר האָבן זײ װידערשפּעניקט. 5 און אױפֿן פֿערצנטן יאָר איז געקומען כּדָרלעומֶר און די מלכים װאָס מיט אים, און זײ האָבן געשלאָגן די רפֿאים אין עַשתּרות-קַרנַיִם, און די זוזים אין הָם, און די אֵימים אין שָוֵה-קִריָתַיִם, 6 און די חורים אױף זײער באַרג שֵׂעִיר, ביז אֵיל-פּאָרָן װאָס בײַם מדבר. 7 און זײ האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען קײן עֵין-מִשפָּט, דאָס איז קָדֵש, און האָבן געשלאָגן דאָס גאַנצע פֿעלד פֿון עַמָלֵק, און אױך דעם אֶמורי װאָס איז געזעסן אין חַצְצון-תָּמָר. 8 איז אַרױסגעגאַנגען דער מלך פֿון סדום, און דער מלך פֿון עַמורָה, און דער מלך פֿון אַדמָה, און דער מלך פֿון צבױִם, און דער מלך פֿון בלַע, דאָס איז צועַר, און זײ האָבן אָנגעריכט אַ מלחמה מיט זײ אין טאָל שִׂדים – 9 מיט כּדָרלעומֶר דעם מלך פֿון עֵילָם, און תִּדעָל דעם מלך פֿון גױִם, און אַמרָפֿל דעם מלך פֿון שִנעָר, און אַריאָך דעם מלך פֿון אֶלָסָר; די פֿיר מלכים אַקעגן די פֿינף. 10 און דער טאָל שִׂדים איז געװען גריבער אױף גריבער מיט לײם, און װי די מלכים פֿון סדום און עַמורָה זײַנען אַנטלאָפֿן, אַזױ זײַנען זײ אַהין אַרײַנגעפֿאַלן; און די איבערגעבליבענע זײַנען אַנטלאָפֿן צום באַרג. 11 און יענע האָבן צוגענומען דעם גאַנצן פֿאַרמעג פֿון סדום און עַמורָה, און דאָס גאַנצע עסנװאַרג זײערס, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 12 און זײ האָבן צוגענומען לוט, דעם זון פֿון אבֿרמס ברודער, װאָס איז געזעסן אין סדום, און זײַן פֿאַרמעג, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען. 13 איז געקומען אַן אַנטרונענער, און האָט אָנגעזאָגט אבֿרם דעם עִברי; און ער האָט געװױנט בײַ די אײכנבײמער פֿון מַמרֵא דעם אֶמורי, דעם ברודער פֿון אֶשכּולן, און דעם ברודער פֿון עָנֵרן; און זײ זײַנען געװען בונדסלײַט פֿון אבֿרמען. 14 און װי אבֿרם האָט געהערט אַז זײַן אײגענער איז געפֿאַנגען געװאָרן, אַזױ האָט ער אַרױסגעפֿירט זײַנע אײַנגעלערנטע, געבאָרענע אין זײַן הױז, דרײַ הונדערט און אַכצן, און ער האָט נאָכגעיאָגט ביז דָן. 15 און ער האָט זיך צעטײלט אַקעגן זײ בײַ נאַכט, ער און זײַנע קנעכט, און ער האָט זײ געשלאָגן און זײ נאָכגעיאָגט ביז חובֿה װאָס לינקס פֿון דַמֶשֶׂק. 16 און ער האָט צוריקגעבראַכט דעם גאַנצן פֿאַרמעג, און אױך לוט זײַן אײגענעם און זײַן פֿאַרמעג האָט ער צוריקגעבראַכט, און אױך די װײַבער, און דאָס פֿאָלק. 17 איז דער מלך פֿון סדום אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן, נאָכדעם װי ער האָט זיך אומגעקערט פֿון שלאָגן כּדָרלעומֶרן, און די מלכים װאָס מיט אים, אין טאָל שָוֵה, דאָס איז דעם מלכס טאָל. 18 און מַלכּי-צֶדֶק דער מלך פֿון שָלֵם האָט אַרױסגעטראָגן ברױט און װײַן; און ער איז געװען אַ כֹּהן צו דעם העכסטן גאָט. 19 און ער האָט אים געבענטשט, און האָט געזאָגט: געבענטשט זאָל זײַן אבֿרם פֿון דעם העכסטן גאָט, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד. 20 און געבענטשט זאָל זײַן דער העכסטער גאָט װאָס האָט איבערגעענטפֿערט דײַנע פֿײַנט אין דײַן האַנט. – און ער האָט אים געגעבן מעשׂר פֿון אַלצדינג. 21 און דער מלך פֿון סדום האָט געזאָגט צו אבֿרמען: גיב מיר די נפֿשות, און דעם פֿאַרמעג נעם דיר. 22 האָט אבֿרם געזאָגט צו דעם מלך פֿון סדום: איך הײב אױף מײַן האַנט צו יהוה דעם העכסטן גאָט, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד, 23 אױב אַ פֿאָדים אָדער אַ שוכבענדל! אָדער אױב איך װעל נעמען פֿון עפּעס װאָס איז דײַנס! כּדי זאָלסט ניט זאָגן: איך האָב רײַך געמאַכט אבֿרמען. 24 ניט מיר! נאָר װאָס די יונגען האָבן געגעסן, און דעם חלק פֿון די מענטשן װאָס זײַנען געגאַנגען מיט מיר, עָנֵר, אֶשכּול, און מַמרֵא; זײ מעגן נעמען זײער חלק.
עברית
1 וַיְהִ֗י בִּימֵי֙ אַמְרָפֶ֣ל מֶֽלֶךְ־שִׁנְעָ֔ר אַרְי֖וֹךְ מֶ֣לֶךְ אֶלָּסָ֑ר כְּדָרְלָעֹ֙מֶר֙ מֶ֣לֶךְ עֵילָ֔ם וְתִדְעָ֖ל מֶ֥לֶךְ גּוֹיִֽם׃ 2 עָשׂ֣וּ מִלְחָמָ֗ה אֶת־בֶּ֙רַע֙ מֶ֣לֶךְ סְדֹ֔ם וְאֶת־בִּרְשַׁ֖ע מֶ֣לֶךְ עֲמֹרָ֑ה שִׁנְאָ֣ב מֶ֣לֶךְ אַדְמָ֗ה וְשֶׁמְאֵ֙בֶר֙ מֶ֣לֶךְ צביים וּמֶ֥לֶךְ בֶּ֖לַע הִיא־צֹֽעַר׃ 3 כָּל־אֵ֙לֶּה֙ חָֽבְר֔וּ אֶל־עֵ֖מֶק הַשִּׂדִּ֑ים ה֖וּא יָ֥ם הַמֶּֽלַח׃ 4 שְׁתֵּ֤ים עֶשְׂרֵה֙ שָׁנָ֔ה עָבְד֖וּ אֶת־כְּדָרְלָעֹ֑מֶר וּשְׁלֹשׁ־עֶשְׂרֵ֥ה שָׁנָ֖ה מָרָֽדוּ׃ 5 וּבְאַרְבַּע֩ עֶשְׂרֵ֨ה שָׁנָ֜ה בָּ֣א כְדָרְלָעֹ֗מֶר וְהַמְּלָכִים֙ אֲשֶׁ֣ר אִתּ֔וֹ וַיַּכּ֤וּ אֶת־רְפָאִים֙ בְּעַשְׁתְּרֹ֣ת קַרְנַ֔יִם וְאֶת־הַזּוּזִ֖ים בְּהָ֑ם וְאֵת֙ הֽ͏ָאֵימִ֔ים בְּשָׁוֵ֖ה קִרְיָתָֽיִם׃ 6 וְאֶת־הַחֹרִ֖י בְּהַרְרָ֣ם שֵׂעִ֑יר עַ֚ד אֵ֣יל פָּארָ֔ן אֲשֶׁ֖ר עַל־הַמִּדְבָּֽר׃ 7 וַ֠יָּשֻׁבוּ וַיָּבֹ֜אוּ אֶל־עֵ֤ין מִשְׁפָּט֙ הִ֣וא קָדֵ֔שׁ וַיַּכּ֕וּ אֶֽת־כָּל־שְׂדֵ֖ה הָעֲמָלֵקִ֑י וְגַם֙ אֶת־הָ֣אֱמֹרִ֔י הַיֹּשֵׁ֖ב בְּחַֽצְצֹ֥ן תָּמָֽר׃ 8 וַיֵּצֵ֨א מֶֽלֶךְ־סְדֹ֜ם וּמֶ֣לֶךְ עֲמֹרָ֗ה וּמֶ֤לֶךְ אַדְמָה֙ וּמֶ֣לֶךְ צביים וּמֶ֥לֶךְ בֶּ֖לַע הִוא־צֹ֑עַר וַיַּֽעַרְכ֤וּ אִתָּם֙ מִלְחָמָ֔ה בְּעֵ֖מֶק הַשִּׂדִּֽים׃ 9 אֵ֣ת כְּדָרְלָעֹ֜מֶר מֶ֣לֶךְ עֵילָ֗ם וְתִדְעָל֙ מֶ֣לֶךְ גּוֹיִ֔ם וְאַמְרָפֶל֙ מֶ֣לֶךְ שִׁנְעָ֔ר וְאַרְי֖וֹךְ מֶ֣לֶךְ אֶלָּסָ֑ר אַרְבָּעָ֥ה מְלָכִ֖ים אֶת־הַחֲמִשָּֽׁה׃ 10 וְעֵ֣מֶק הַשִׂדִּ֗ים בּֽ͏ֶאֱרֹ֤ת בֶּאֱרֹת֙ חֵמָ֔ר וַיָּנֻ֛סוּ מֶֽלֶךְ־סְדֹ֥ם וַעֲמֹרָ֖ה וַיִּפְּלוּ־שָׁ֑מָּה וְהַנִּשְׁאָרִ֖ים הֶ֥רָה נָּֽסוּ׃ 11 וַ֠יִּקְחוּ אֶת־כָּל־רְכֻ֨שׁ סְדֹ֧ם וַעֲמֹרָ֛ה וְאֶת־כָּל־אָכְלָ֖ם וַיֵּלֵֽכוּ׃ 12 וַיִּקְח֨וּ אֶת־ל֧וֹט וְאֶת־רְכֻשׁ֛וֹ בֶּן־אֲחִ֥י אַבְרָ֖ם וַיֵּלֵ֑כוּ וְה֥וּא יֹשֵׁ֖ב בִּסְדֹֽם׃ 13 וַיָּבֹא֙ הַפָּלִ֔יט וַיַּגֵּ֖ד לְאַבְרָ֣ם הָעִבְרִ֑י וְהוּא֩ שֹׁכֵ֨ן בְּאֵֽלֹנֵ֜י מַמְרֵ֣א הָאֱמֹרִ֗י אֲחִ֤י אֶשְׁכֹּל֙ וַאֲחִ֣י עָנֵ֔ר וְהֵ֖ם בַּעֲלֵ֥י בְרִית־אַבְרָֽם׃ 14 וַיִּשְׁמַ֣ע אַבְרָ֔ם כִּ֥י נִשְׁבָּ֖ה אָחִ֑יו וַיָּ֨רֶק אֶת־חֲנִיכָ֜יו יְלִידֵ֣י בֵית֗וֹ שְׁמֹנָ֤ה עָשָׂר֙ וּשְׁלֹ֣שׁ מֵא֔וֹת וַיִּרְדֹּ֖ף עַד־דָּֽן׃ 15 וַיֵּחָלֵ֨ק עֲלֵיהֶ֧ם לַ֛יְלָה ה֥וּא וַעֲבָדָ֖יו וַיַּכֵּ֑ם וֽ͏ַיִּרְדְּפֵם֙ עַד־חוֹבָ֔ה אֲשֶׁ֥ר מִשְּׂמֹ֖אל לְדַמָּֽשֶׂק׃ 16 וַיָּ֕שֶׁב אֵ֖ת כָּל־הָרְכֻ֑שׁ וְגַם֩ אֶת־ל֨וֹט אָחִ֤יו וּרְכֻשׁוֹ֙ הֵשִׁ֔יב וְגַ֥ם אֶת־הַנָּשִׁ֖ים וְאֶת־הָעָֽם׃ 17 וַיֵּצֵ֣א מֶֽלֶךְ־סְדֹם֮ לִקְרָאתוֹ֒ אַחֲרֵ֣י שׁוּב֗וֹ מֽ͏ֵהַכּוֹת֙ אֶת־כְּדָר־לָעֹ֔מֶר וְאֶת־הַמְּלָכִ֖ים אֲשֶׁ֣ר אִתּ֑וֹ אֶל־עֵ֣מֶק שָׁוֵ֔ה ה֖וּא עֵ֥מֶק הַמֶּֽלֶךְ׃ 18 וּמַלְכִּי־צֶ֙דֶק֙ מֶ֣לֶךְ שָׁלֵ֔ם הוֹצִ֖יא לֶ֣חֶם וָיָ֑יִן וְה֥וּא כֹהֵ֖ן לְאֵ֥ל עֶלְיֽוֹן׃ 19 וֽ͏ַיְבָרְכֵ֖הוּ וַיֹּאמַ֑ר בָּר֤וּךְ אַבְרָם֙ לְאֵ֣ל עֶלְי֔וֹן קֹנֵ֖ה שָׁמַ֥יִם וָאָֽרֶץ׃ 20 וּבָרוּךְ֙ אֵ֣ל עֶלְי֔וֹן אֲשֶׁר־מִגֵּ֥ן צָרֶ֖יךָ בְּיָדֶ֑ךָ וַיִּתֶּן־ל֥וֹ מַעֲשֵׂ֖ר מִכֹּֽל׃ 21 וַיֹּ֥אמֶר מֶֽלֶךְ־סְדֹ֖ם אֶל־אַבְרָ֑ם תֶּן־לִ֣י הַנֶּ֔פֶשׁ וְהָרְכֻ֖שׁ קַֽח־לָֽךְ׃ 22 וַיֹּ֥אמֶר אַבְרָ֖ם אֶל־מֶ֣לֶךְ סְדֹ֑ם הֲרִימֹ֨תִי יָדִ֤י אֶל־יְהוָה֙ אֵ֣ל עֶלְי֔וֹן קֹנֵ֖ה שָׁמַ֥יִם וָאָֽרֶץ׃ 23 אִם־מִחוּט֙ וְעַ֣ד שְׂרֽוֹךְ־נַ֔עַל וְאִם־אֶקַּ֖ח מִכָּל־אֲשֶׁר־לָ֑ךְ וְלֹ֣א תֹאמַ֔ר אֲנִ֖י הֶעֱשַׁ֥רְתִּי אֶת־אַבְרָֽם׃ 24 בִּלְעָדַ֗י רַ֚ק אֲשֶׁ֣ר אֽ͏ָכְל֣וּ הַנְּעָרִ֔ים וְחֵ֙לֶק֙ הֽ͏ָאֲנָשִׁ֔ים אֲשֶׁ֥ר הָלְכ֖וּ אִתִּ֑י עָנֵר֙ אֶשְׁכֹּ֣ל וּמַמְרֵ֔א הֵ֖ם יִקְח֥וּ חֶלְקָֽם׃   ס